Publicidade

2 Crônicas 21

1 און יהוֹשָפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דָוִדס-שטאָט; און זײַן זון יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

2 און ער האָט געהאַט ברידער, יהוֹשָפֿטס זין: עַזַריָה, און יחיאֵל, און זכַריָהו, און עַזַריָהו, און מיכָאֵל, און שפֿטיָהו; די אַלע זײַנען געװען זין פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן גרױסע מתָּנות פֿון זילבער און גאָלד און טײַערע זאַכן, מיט פֿעסטונגשטעט אין יהוּדה. אָבער די מלוכה האָט ער געגעבן יהוֹרָמען, װאָרעם ער איז געװען דער בכוֹר. 4 און װי יהוֹרָם איז אױפֿגעשטאַנען אױף זײַן פֿאָטערס מלוכה, און האָט זיך באַפֿעסטיקט, אַזױ האָט ער געהרגעט אַלע זײַנע ברידער, מיטן שװערד, און אױך פֿון די האַרן פֿון יִשׂרָאֵל.

5 צװײ און דרײַסיק יאָר איז יהוֹרָם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. 6 און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט געטאָן; װאָרעם ער האָט געהאַט אַחאָבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳. 7 אָבער ה׳ האָט נישט געװאָלט אומברענגען דאָס הױז פֿון דָוִד, פֿון װעגן דעם ברית װאָס ער האָט געשלאָסן מיט דָוִדן, און אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט, צו געבן אים און זײַנע קינדער אַ ליכט אַלע טעג.

8 אין זײַנע טעג איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה, און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך. 9 און יהוֹרָם איז אַריבערגעגאַנגען מיט זײַנע הױפּטלײַט, און אַלע רײַטװעגן מיט אים; און ער איז אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, און האָט געשלאָגן די אַדוֹמים װאָס האָבן אַרומגערינגלט אים און די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן.

10 אַזױ איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל אין דער אײגענער צײַט איז אָפּגעפֿאַלן לִבֿנָה פֿון אונטער זײַן האַנט; װײַל ער האָט פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 11 ער האָט אױך געמאַכט בָמות אױף די בערג פֿון יהוּדה, און ער האָט געמאַכט אױסגעלאַסן די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און האָט אַראָפּגעפֿירט יהוּדה.

12 איז געקומען צו אים אַ געשריפֿטס פֿון אֵלִיָהו דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדן: דערפֿאַר װאָס דו ביסט נישט געגאַנגען אין די װעגן פֿון דײַן פֿאָטער יהוֹשָפֿטן, און אין די װעגן פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, 13 נײַערט דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, און האָסט געמאַכט אױסגעלאַסן יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט זײ געמאַכט אױסגעלאַסן, און האָסט אױך געהרגעט דײַנע ברידער פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, װאָס זײַנען געװען בעסער פֿון דיר. 14 זע, װעט ה׳ אַצונד פּלאָגן מיט אַ גרױסער פּלאָג דײַן פֿאָלק, און דײַנע קינדער, און דײַנע װײַבער, און דײַן גאַנצן פֿאַרמעג. 15 און דו װעסט זײַן אין גרױס קרענק פֿון אַ קראַנקשאַפֿט אין דײַנע געדערים, ביז דײַנע געדערים װעלן אַרױסקריכן פֿון דער קרענק טעג נאָך טעג.

16 און ה׳ האָט דערװעקט אױף יהוֹרָמען דעם גײַסט פֿון די פּלִשתּים, און פֿון די אַראַבער װאָס לעבן די כּוּשים. 17 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און האָבן זיך אַרײַנגעבראָכן אין איר, און האָבן געפֿאַנגען דעם גאַנצן פֿאַרמעג װאָס האָט זיך געפֿונען אין מלכס הױז, און אױך זײַנע זין און זײַנע װײַבער, און אים איז נישט איבערגעבליבן קײן זון, אַחוץ יהוֹאָחָז דער ייִנגסטער פֿון זײַנע זין. 18 און נאָך דעם אַלעמען האָט אים ה׳ געפּלאָגט אין זײַנע געדערים מיט אַ קרענק נישט אױסצוהײלן. 19 און עס איז געװען נאָך טעג און טעג – בעת דער סוף פֿון צװײ יאָר איז געװען אַריבער, זײַנען אים די געדערים אַרױסגעקראָכן פֿון זײַן קרענק, און ער איז געשטאָרבן אין בײזע װײטאָקן; און מע האָט נישט געמאַכט נאָך אים אַ פֿאַרברענונג אַזױ װי די פֿאַרברענונג פֿון זײַנע עלטערן.

20 צװײ און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און ער איז אַװעק אָן נַחַת; און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט, אָבער נישט אין די קבֿרים פֿון די מלכים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-