Publicidade

2 Crônicas 34

1 אַכט יאָר איז יֹאשִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען אין די װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָט זיך נישט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. 3 און אין אַכטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אַז ער איז נאָך געװען אַ ייִנגל, האָט ער אָנגעהױבן זוכן דעם ג-ט פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן; און אין צװעלפֿטן יאָר האָט ער אָנגעהױבן רײניקן יהוּדה און ירושָלַיִם פֿון די בָמות, און די געצנבײמער, און די געשניצטע און די געגאָסענע בילדער. 4 און מע האָט אײַנגעװאָרפֿן פֿאַר אים די מזבחות פֿון די בַעַל-געטער; און די זון־בילדער װאָס האָבן געדינט װי רויכער־אַלטאַרן װאָס אױבן איבער זײ האָט ער אָפּגעהאַקט; און די געשניצטע און די געגאָסענע בילדער האָט ער צעבראָכן און צעשטױסן, און פֿונאַנדערגעצעשיטן אױף די קבֿרים פֿון די װאָס האָבן געשלאַכט צו זײ. 5 און די בײנער פֿון די כּהנים האָט ער פֿאַרברענט אױף זײער מזבחות, און ער האָט גערײניקט יהוּדה און ירושָלַיִם. 6 און אַזױ אין די שטעט פֿון מנַשֶה און אפֿרים און שמעון און ביז נַפֿתָּלי, מיט זײערע חורבֿות, רונד אַרום. 7 און ער האָט אײַנגעװאָרפֿן די מזבחות, און די געצנבײמער, און די געשניצטע בילדער האָט ער צעהאַקט אױף דין, און אַלע זונזײַלן האָט ער אָפּגעהאַקט אין גאַנצן לאַנד יִשׂרָאֵל; און ער האָט זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.

8 און אין אַכצענטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, נאָכן רײניקן דאָס לאַנד און דאָס הױז, האָט ער געשיקט שָפָֿן דעם זון פֿון אַצַליָהון, און מַעֲשֵׂיָהו, דעם האַר פֿון דער שטאָט, און יוֹאָח זון פֿון יוֹאָחָזן, דעם פֿאַרצײכענער, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳ זײַן ג-ט. 9 און זײ זײַנען געקומען צו חִלקִיָהו דעם כּהן-גָדול, און האָבן אָפּגעגעבן דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון אלֹקים, װאָס די לוִיִים, די שװעלהיטערס, האָבן אױפֿגעזאַמלט פֿון דער האַנט פֿון מנַשֶה און אפֿרים, און פֿון גאַנצן איבערבלײַבן פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון גאַנצן יהוּדה און בנימין, און זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם. 10 און זײ האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײנסטער װאָס זײַנען געװען געשטעלט אין הױז פֿון ה׳; און די װערקמײנסטער װאָס האָבן געאַרבעט אין הױז פֿון ה׳, האָבן עס אױסגעגעבן צורעכטצומאַכן און פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 11 און געגעבן צו די האָלצמײנסטער, און צו די בױמײנסטער, אױף צו קױפֿן געהאַקטע שטײנער, און האָלץ פֿאַר לײַסטן, און אױף צו לײגן באַלקנס אױף די הײַזער װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געלאָזט צעשטערט װערן.

12 און די מענטשן האָבן ערלעך געטאָן די אַרבעט; און איבער זײ זײַנען געװאָרן געשטעלט יַחת, און עוֹבַֿדיָהו, די לוִיִים פֿון די קינדער פֿון מרָרי; און זכַריָה, און משולָם, פֿון די קינדער פֿון קהָתים, אױף אױפֿצופּאַסן; און אַנדערע לוִיִים – איטלעכער װאָס האָט זיך פֿאַרשטאַנען אױף כּלי־זמר. 13 זײ זײַנען אױך געװען איבער די לאַסטטרעגער, און האָבן אױפֿגעפּאַסט אױף אַלע װאָס האָבן געטאָן אַרבעט אין אַלערלײ מלאָכות. און טײל פֿון די לוִיִים זײַנען געװען שרײַבערס, און אױפֿזעערס, און טױערלײַט.

14 און װען זײ האָבן אַרױסגענומען דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון ה׳, האָט חִלקִיָהו דער כּהן געפֿונען דאָס בוך פֿון ג-טס תּורה געגעבן דורך משהן. 15 האָט חִלקִיָהו זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו שָפָֿן דעם שרײַבער: איך האָב געפֿונען דאָס בוך פֿון ג-טס תּורה אין הױז פֿון ה׳. און חִלקִיָהו האָט געגעבן דאָס בוך צו שָפָֿנען.

16 האָט שָפָֿן געבראַכט דאָס בוך צום מלך, און ער האָט אױך געבראַכט דעם מלך אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס איז איבערגעגעבן געװאָרן אױף דער האַנט פֿון דײַנע קנעכט, טוען זײ. 17 און זײ האָבן אױסגעשאָטן דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון ה׳, און האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די געשטעלטע, און אױף דער האַנט פֿון די װערקמײנסטער.

18 און שָפָֿן דער שרײַבער האָט דערצײלט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: אַ בוך האָט מיר געגעבן חִלקִיָהו דער כּהן. און שָפָֿן האָט דערפֿון געלײענט פֿאַר דעם מלך. 19 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דער תּורה, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. 20 און דער מלך האָט באַפֿױלן חִלקִיָהו, און אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, און עַבֿדוֹן דעם זון פֿון מִיכָהן, און שָפָֿן דעם שרײַבער, און עַשָׂיָה דעם מלכס דינער, אַזױ צו זאָגן: 21 גײט פֿרעגט בײַ ה׳ פֿאַר מיר, און פֿאַר די װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין יִשׂרָאֵל און יהוּדה, װעגן די װערטער פֿון דעם געפֿונענעם בוך, װאָרעם גרױס איז דער גרימצאָרן פֿון ה׳ װאָס איז אױסגעגאָסן אױף אונדז, פֿאַר װאָס אונדזערע עלטערן האָבן נישט געהיט דאָס װאָרט פֿון ה׳, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך.

22 איז געגאַנגען חִלקִיָהו, און די װאָס דער מלך, צו חוּלדָה דער נבֿיאה, דער װײַב פֿון שַלום דעם זון פֿון תּקהת, דעם זון פֿון חסרהן, דעם קלײדער-היטער – און זי האָט געװױנט אין ירושָלַיִם, אין צװײטן שטאָטפֿערטל – און זײ האָבן אַזױ גערעדט צו איר. 23 האָט זי צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אײַך געשיקט צו מיר: 24 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך ברענג אַן אומגליק דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער – אַלע קללות װאָס שטײען געשריבן אין דעם בוך װאָס מע האָט געלײענט פֿאַר דעם מלך פֿון יהוּדה. 25 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן גערײכערט צו פֿרעמדע ג‑טער, כּדי מיך צו דערצערענען מיט אַלע מעשׂים פֿון זײערע הענט, און מײַן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן אױף דעם דאָזיקן אָרט, און ער װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן. 26 און צו דעם מלך פֿון יהוּדה װאָס שיקט אײַך צו פֿרעגן בײַ ה׳, צו אים זאָלט איר אַזױ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: װעגן די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, 27 איז, װײַל דײַן האַרץ איז דערװײכט געװאָרן, און דו ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר אלֹקים אַז דו האָסט געהערט זײַנע װערטער װעגן דעם דאָזיקן אָרט און װעגן זײַנע באַװױנער – װײַל דו ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר, און האָסט צעריסן דײַנע קלײדער, און האָסט געװײנט פֿאַר מיר, דרומעך האָב איך צוגעהערט, זאָגט ה׳. 28 זע, איך זאַמל דיך אײַן צו דײַנע עלטערן, און דו װעסט אײַנגעזאַמלט װערן אין דײַן קבֿר בשלום, און דײַנע אױגן װעלן נישט זען אַל דאָס בײז װאָס איך ברענג אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער. און זײ האָבן געבראַכט צום מלך דעם ענטפֿער.

29 און דער מלך האָט געשיקט, און האָט אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם. 30 און דער מלך איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳, מיט אַלע מענער פֿון יהוּדה און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און די כּהנים און די לוִיִים, און דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון קלענסטן ביזן גרעסטן. און ער האָט געלײענט אין זײערע אױערן אַלע װערטער פֿון דעם בוך פֿון ברית װאָס איז געפֿונען געװאָרן אין הױז פֿון ה׳. 31 און דער מלך האָט זיך געשטעלט אױף זײַן אָרט, און ער האָט געשלאָסן אַ ברית פֿאַר ה׳, צו גײן נאָך ה׳, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע צײגנים און זײַנע געזעצן, מיט זײַן גאַנצן האַרצן און מיט זײַן גאַנצער זעל, צו טאָן די װערטער פֿון דעם ברית װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. 32 און ער האָט געמאַכט צושטײן אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושָלַיִם און בנימין; און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם האָבן געטאָן אַזױ װי דער ברית פֿון אלֹקים, דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 33 און יֹאשִיָהו האָט אָפּגעטאָן אַלע אומװערדיקײטן פֿון אַלע לענדער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און ער האָט געמאַכט דינען אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען אין יִשׂרָאֵל, דינען ה׳ זײער ג-ט. אַלע זײַנע טעג האָבן זײ זיך נישט אָפּגעקערט פֿון הינטער ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-