Publicidade

2 Crônicas 31

1 און אַז מע האָט דאָס אַלץ געענדיקט, זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַלע יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, צו די שטעט פֿון יהוּדה, און זײ האָבן צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די געצנבײמער, און אײַנגעװאָרפֿן די בָמות און די מזבחות, פֿון גאַנץ יהוּדה און בנימין, און אין אפֿרים און מנַשֶה, ביז צום פֿאַרלענדן. און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט איטלעכער צו זײַן אײגנטום אין זײערע שטעט.

2 און יחִזקִיָהו האָט באַשטימט די אָפּטײלונג פֿון די כּהנים און די לוִיִים לױט זײערע אָפּטײלונגען, איטלעכן װי נאָך זײַן דינסט, סײַ די כּהנים סײַ די לוִיִים. פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, אױף צו דינען, און צו דאַנקען און לױבן אין די טױערן פֿון ה׳ס לאַגערן; 3 און דעם מלכס צושטײַער פֿון זײַן פֿאַרמעג פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער – פֿאַר די בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי און פֿון אָװנט, און די בראַנדאָפּפֿער פֿון די שבתים, און פֿון ראָש-חודש, און פֿון די יוֹם-טובֿים, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון ה׳. 4 און ער האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק, די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, צו געבן דעם טײל פֿון די כּהנים און די לוִיִים, כּדי זײ זאָלן זיך האַלטן אָן דער תּורה פֿון ה׳. 5 און װי דאָס װאָרט איז פֿאַרשפּרײט געװאָרן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געבראַכט פֿיל ערשטע פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, און האָניק, און אַלערלײ אײַנקום פֿון פֿעלד, און מעשׂר פֿון אַלצדינג האָבן זײ געבראַכט לרובֿ. 6 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהוּדה, זײ אױך האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון רינדער און שאָף, און מעשׂר פֿון די הײליקע גאָבן װאָס זײַנען געהײליקט געװאָרן צו ה׳ זײער ג-ט; און זײ האָבן אָנגעלײגט הױפֿנס-הױפֿנסװײַז. 7 אין דריטן חודש האָט מען אָנגעהױבן לײגן דעם גרונט פֿון די הױפֿנס, און אין זיבעטן חודש האָט מען געענדיקט. 8 זײַנען געקומען יחִזקִיָהו און די האַרן, און זײ האָבן באַקוקט די הױפֿנס, און האָבן געבענטשט ה׳ און זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 9 און יחִזקִיָהו האָט געפֿרעגט די כּהנים און די לוִיִים װעגן די הױפֿנס. 10 האָט אים געענטפֿערט עַזַריָהו דער כּהן-גָדול פֿון דעם הױז פֿון צָדוֹק, און האָט געזאָגט: זינט מע האָט אָנגעהױבן ברענגען די אָפּשײדונג אין הױז פֿון ה׳, האָבן מיר געגעסן צו זאַט, און נאָך איבערגעלאָזט פֿיל; װאָרעם ה׳ האָט געבענטשט זײַן פֿאָלק; און װאָס איז איבערגעבליבן איז די דאָזיקע הורבע.

11 האָט יחִזקִיָהו געהײסן צוגרײטן קאַמערן אין ה׳ס הױז, און מע האָט צוגעגרײט. 12 און מע האָט ערלעך אַרײַנגעבראַכט די אָפּשײדונג, און דעם מעשׂר, און די הײליקע גאָבן; און דער אָנפֿירער איבער זײ איז געװען כּנַניָהו דער לֵוִי, און זײַן ברודער שִמְעִי, דער צװײטער. 13 און יחיאֵל, און עַזַזיָהו, און נַחַת, און עַשָׂהאֵל, און ירימוֹת, און יוֹזָבָֿד, און אֶליאֵל, און יסמכיהו, און מַחת, און בנָיָהוּ, זײַנען געװען אױפֿזעערס אונטער דער האַנט פֿון כּנַניָהון און זײַן ברודער שִמְעִין, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יחִזקִיָהו און עַזַריָהו דעם פֿירשט פֿון דעם הױז פֿון האלֹקים. 14 און קוֹרֵא דער זון פֿון יִמנָהן, דער לֵוִי, דער טױערמאַן אין מזרח, איז געװען איבער די פֿרײַװיליקע נדבֿות צו אלֹקים, אױף פֿונאַנדערצוטײלן די אָפּשײדונג פֿון ה׳ און די גאָר הײליקע גאָבן. 15 און אונטער אים איז געװען עֵדֶן, און מִניָמין, און יֵשועַ, און שמַעיָהו, אַמַריָהו, און שכַניָהו, און די שטעט פֿון די כּהנים, כּדי ערלעך צו געבן צו זײערע ברידער לױט די אָפּטײלונגען, אַזױ דעם גרױסן אַזױ דעם קלײנעם. 16 אַחוץ צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון מאַנספּאַרשױנען, פֿון דרײַ יאָר אַלט און העכער, אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון ה׳ לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף צו זײער דינסט אױף זײערע װאַכן לױט זײערע אָפּטײלונגען. 17 און די פֿאַרצײכעניש פֿון די כּהנים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און פֿון די לוִיִים, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, איז געװען לױט זײערע װאַכן אין זײערע אָפּטײלונגען – 18 און צו די װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט פֿון אַלע זײערע קלײנע קינדער, זײערע װײַבער, און זײערע זין, און זײערע טעכטער – צו דער גאַנצער עדה; װאָרעם אין זײער ערלעכקײט האָבן זײ זיך געהײליקט צום הײליקן דינסט. 19 און פֿאַר די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, אין די אָפֿענע פֿעלדער פֿון זײערע שטעט, זײַנען געװען אין איטלעכער שטאָט מענטשן װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט די נעמען, צו געבן חלקים צו אַלע מאַנספּאַרשױנען צװישן די כּהנים, און צו אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַרצײכנט צװישן די לוִיִים.

20 און אַזױ האָט יחִזקִיָהו געטאָן אין גאַנץ יהוּדה. און ער האָט געטאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק און װאָרהאַפֿטיק פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט. 21 און אין איטלעכער זאַך װאָס ער האָט אָנגעהױבן אין דעם דינסט פֿון דעם הױז פֿון אלֹקים, און אין דער תּורה און אין דעם געבאָט, כּדי צו זוכן זײַן ג-ט, האָט ער מיט זײַן גאַנצן האַרצן געאַרבעט, און האָט באַגליקט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-