Publicidade

2 Crônicas 10

1 און רחַבֿעָם איז געגאַנגען קײן שכֶם, װאָרעם קײן שכֶם זײַנען געקומען גאַנץ יִשׂרָאֵל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך.

2 און עס איז געװען, אַז יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן האָט דאָס געהערט – װאָרעם ער איז געװען אין מִצרַיִם, װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם מלך שלמה – האָט זיך יָרָבֿעָם אומגעקערט פֿון מִצרַיִם. 3 און זײ האָבן געשיקט און אים גערופֿן; און יָרָבֿעָם און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און האָבן גערעדט צו רחַבֿעָמען, אַזױ צו זאָגן: 4 דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, און אַצונד פֿאַרגרינגער דעם האַרטן דינסט פֿון דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז, און מיר װעלן דיר דינען. 5 האָט ער צו זײ געזאָגט: קומט װידער צו מיר אין דרײַ טעג אַרום. און דאָס פֿאָלק איז אַװעקגעגאַנגען.

6 האָט דער מלך רחַבֿעָם זיך געעצהט מיט די זקנים װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר זײַן פֿאָטער שלמהן, װען ער האָט געלעבט, אַזױ צו זאָגן: װי עצהט איר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? 7 האָבן זײ צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב דו װעסט גײן מיט גוטן מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און װעסט זײ באַװיליקן, און װעסט רעדן צו זײ גוטע רײד, װעלן זײ דיר זײַן קנעכט אױף אַלע טעג.

8 אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעצהט, און ער האָט זיך געעצהט מיט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים. 9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עצהט איר, מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָט צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס דײַן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז? 10 האָבן צו אים גערעדט די ייִנגלעך װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם פֿאָלק װאָס האָט צו דיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, דערום פֿאַרגרינגער דו אונדז – אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ: מײַן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מײַן פֿאָטערס לענדן. 11 און אַצונד, מײַן פֿאָטער האָט אױף אײַך אַרױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט שקאָרפּיאָנען.

12 און יָרָבֿעָם און דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנען געקומען צו רחַבֿעָמען אױפֿן דריטן טאָג, אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן, אַזױ צו זאָגן: קומט װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג. 13 און דער מלך האָט זײ געענטפֿערט האַרט, און דער מלך רחַבֿעָם האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים. 14 און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די עצה פֿון די ייִנגלעך, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אײַער יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אים; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך – מיט שקאָרפּיאָנען.

15 און דער מלך האָט זיך נישט צוגעהערט צום פֿאָלק, װאָרעם דאָס איז געװען באַשערט פֿון אלֹקים, כּדי ה׳ זאָל מקײם זײַן זײַן װאָרט, װאָס ער האָט גערעדט דורך אַחִיָהן פֿון שילוֹ, צו יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן.

16 און װי גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געזען, אַז דער מלך האָט זיך נישט צוגעהערט צו זײ, האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געענטפֿערט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן:

מיר האָבן נישט קײן חלק אין דָוִדן,

און קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשַין.

איטלעכער צו דײַנע געצעלטן, יִשׂרָאֵל!

אַצונד קוק זיך אום אױף דײַן הױז, דָוִד!

און גאַנץ יִשׂרָאֵל איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַנע געצעלטן. 17 נאָר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהוּדה, איבער זײ איז געבליבן מלך רחַבֿעָם. 18 און דער מלך רחַבֿעָם האָט אַרױסגעשיקט הַדוֹרָמען װאָס איבער דעם צינז, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. און דער מלך רחַבֿעָם האָט זיך געאײַלט אַרױפֿצוגײן אױף זײַן רײַטװאָגן, צו אַנטלױפֿן קײן ירושָלַיִם.

19 און יִשׂרָאֵל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דָוִד ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-