1 צװאַנציק יאָר איז אָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און ער האָט נישט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד. 2 נאָר איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און ער האָט אױך געמאַכט געגאָסענע בילדער צו די בַעַל-געטער; 3 און ער האָט גערײכערט אין דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם, און האָט פֿאַרברענט זײַנע זין אין פֿײַער, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4 און ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. 5 און ה׳ זײַן ג-ט האָט אים געגעבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אַרָם; און זײ האָבן אים געשלאָגן, און האָבן געפֿאַנגען פֿון אים אַ גרױס געפֿאַנגענשאַפֿט, און געבראַכט קײן דרמשׂק. און אױך אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז ער געגעבן געװאָרן, און ער האָט אים געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק. 6 און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון האָט אױסגעהרגעט אין יהוּדה הונדערט און צװאַנציק טױזנט אין אײן טאָג, אַלע העלדישע יונגען; פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 7 און זִכרי דעם גיבור פֿון אפֿרים האָט געהרגעט מַעֲשֵׂיָהו דעם זון פֿון מלך, און עַזריקָם דעם פֿירשט פֿון הױז, און אֶלקָנָה דעם שני-למלך. 8 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿאַנגען פֿון זײערע ברידער צװײ הונדערט טױזנט װײַבער, זין, און טעכטער, און אױך פֿיל זאַקרױב האָבן זײ גערױבט פֿון זײ, און געבראַכט דעם זאַקרױב קײן שוֹמרוֹן.
9 און דאָרטן איז געװען אַ נבֿיא פֿון ה׳ װאָס זײַן נאָמען איז געװען עוֹדֵד; איז ער אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דעם חיל װאָס איז געקומען קײן שוֹמרוֹן. און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון ה׳ דעם ג-ט פֿון אײַערע עלטערן אױף יהוּדה האָט ער זײ געגעבן אין אײַער האַנט, אָבער איר האָט זײ געהרגעט מיט אַ צאָרן װאָס גרײכט צום הימעל. 10 און אַצונד װילט איר די קינדער פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם באַצװינגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך. זײַנען דען נישטאָ אַפֿילו בײַ אײַך אַלײן פֿאַרשולדיקונגען אַקעגן ה׳ אלוקיכם? 11 דערום הערט מיך צו אַצונד, און קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט װאָס איר האָט געפֿאַנגען פֿון אײַערע ברידער, װאָרעם דער גרימצאָרן פֿון ה׳ איז אױף אײַך.
12 האָבן עטלעכע פֿון די הױפּטלײַט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, עַזַריָהו דער זון פֿון יהוֹחָנָנען, ברֶכיָהו דער זון פֿון משִלֵמוֹתן, און יחִזקִיָהו דער זון פֿון שַלומען, און עַמָשׂא דער זון פֿון חדלין, זיך אױפֿגעשטעלט אַקעגן די װאָס זײַנען געקומען פֿון דער מלחמה. 13 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט ברענגען אַהער די געפֿאַנגענע, װאָרעם אַ פֿאַרשולדיקונג אַקעגן ה׳ װילט איר ברענגען אױף אונדז, נאָך צוצולײגן צו אונדזערע זינד און צו אונדזערע פֿאַרשולדיקונג; װאָרעם גרױס איז אונדזער פֿאַרשולדיקונג און אַ גרימצאָרן איז אױף יִשׂרָאֵל.
14 האָבן די באַװאָפֿנטע אַװעקגעלאָזט די געפֿאַנגענע און דעם רױב, פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער אײַנזאַמלונג. 15 און די מענער װאָס זײַנען אָנגערופֿן געװאָרן מיט די נעמען, זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן גענומען די געפֿאַנגענע, און אַלע זײערע נאַקעטע האָבן זײ באַקלײדט פֿון דעם זאַקרױב; און אַז זײ האָבן זײ באַקלײדט און זײ באַשוכט, און זײ געגעבן עסן און טרינקען, און זײ באַזאַלבט, האָבן זײ אַלע זײערע שװאַכע אַװעקגעפֿירט אױף אײזלען, און זײ געבראַכט קײן יריחוֹ דער שטאָט פֿון טײטלבױמער, צו זײערע ברידער, און האָבן זיך אומגעקערט קײן שוֹמרוֹן.
16 אין יענער צײַט האָט דער מלך אָחָז געשיקט צו די מלכים פֿון אשור, זײ זאָלן אים העלפֿן. 17 װאָרעם די אַדוֹמים זײַנען װידער געקומען, און האָבן געשלאָגן יהוּדה און געפֿאַנגען געפֿאַנגענע. 18 און די פּלִשתּים האָבן זיך צעשפּרײט אין די שטעט פֿון דער נידערונג, און פֿון דָרום יהוּדה, און זײ האָבן באַצװוּנגען בֵית-שֶמֶש, און אַיָלוֹן, און גדֵרוֹת, און שׂוֹכוֹ מיט אירע טעכטערשטעט, און תִּמנָה מיט אירע טעכטערשטעט, און גמזו מיט אירע טעכטערשטעט; און זײ האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. 19 װאָרעם ה׳ האָט געמאַכט אונטערטעניק יהוּדה פֿון װעגן אָחָז דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װײַל ער האָט געװילדעװעט אין יהוּדה און געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן ה׳. 20 און תִּלגַת-פּלנֶסֶר, דער מלך פֿון אשור, איז געקומען אױף אים, און האָט אים געדריקט און אים נישט געשטאַרקט. 21 װאָרעם אָחָז האָט אױסגעלײדיקט דאָס הױז פֿון ה׳, און דאָס הױז פֿון דעם מלך און די פֿירשטן, און אַװעקגעגעבן דעם מלך פֿון אשור, אָבער עס האָט אים נישט געהאָלפֿן.
22 און אין דער צײַט װאָס אים האָט צוגעדריקט האָט ער נאָך מער געפֿעלשט אָן ה׳, דער דאָזיקער מלך אָחָז. 23 און ער האָט געשלאַכט צו די ג‑טער פֿון דרמשׂק װאָס האָט אים געשלאָגן, און ער האָט געזאָגט: װײַל די ג‑טער פֿון די מלכים פֿון אַרָם העלפֿן זײ, דערום װעל איך שלאַכטן צו זײ, אַז זײ זאָלן מיך העלפֿן. און זײ זײַנען געװען אַ שטרױכלונג פֿאַר אים און פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל. 24 און אָחָז האָט אײַנגעזאַמלט די כּלים פֿון דעם הױז פֿון אלֹקים און פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון ה׳ס הױז, און זיך געמאַכט מזבחות אױף יעטװעדער װינקל אין ירושָלַיִם. 25 און אין יעטװעדער שטאָט פֿון יהוּדה האָט ער געמאַכט בָמות אױף צו רײכערן צו פֿרעמדע ג‑טער, און האָט דערצערנט ה׳ דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן.
26 און די איבעריקע זאַכן װעגן אים, און אַלע זײַנע פֿירונגען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהוּדה און יִשׂרָאֵל.
27 און אָחָז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שטאָט, אין ירושָלַיִם; װאָרעם מע האָט אים נישט געבראַכט אין די קבֿרים פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און זײַן זון יחִזקִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.