1 און די גאַנצע אַרבעט װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר ה׳ס הױז איז געענדיקט געװאָרן. און שלמה האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָט דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און אַלע כּלים אַרײַנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון הױז פֿון אלֹקים.
2 דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע הױפּטן פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. 3 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך אין דעם יוֹם-טובֿ, דאָס איז אין זיבעטן חודש. 4 און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון. 5 און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. 6 און דער מלך שלמה און די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געװען אײַנגעזאַמלט אַרום אים פֿאַר דעם אָרון, האָבן געשלאַכט שאָף און רינדער, װאָס האָבן נישט געקענט געצײלט װערן און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. 7 און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קָדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים.
8 װאָרעם די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן איבערגעדעקט דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. 9 און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג, אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען אַרױס פֿון אָרון זײַנען געזען געװאָרן פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען נישט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און ער איז דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
10 גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ לוחות װאָס משה האָט אַרײַנגעטאָן אין חוֹרֵבֿ, בעת ה׳ האָט געשלאָסן אַ ברית מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
11 און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום – װאָרעם אַלע כּהנים װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן זיך געהאַט געהײליקט, נישט אַכטנדיק אױף די אָפּטײלונגען; 12 און די לוִיִים די זינגערס, זײ אַלע, אָסָף, הֵימָן, און ידותון, און זײערע זין און זײערע ברידער, אָנגעטאָן אין פֿײַנלײַנען, מיט צימבלען, און מיט גיטאַרן, און האַרפֿן, זײַנען געשטאַנען אין מזרח פֿון מזבח, און מיט זײ הונדערט און צװאַנציק כּהנים טרומײטערנדיק אױף טרומײטן – 13 איז, װי די טרומײטערערס און די זינגערס האָבן אין אײנעם אַרױסגעלאָזט אײן קֹול צו לױבן און צו דאַנקען ה׳, און װי זײ האָבן אױפֿגעהױבן דעם קֹול מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, און מיט כּלֵי-זֶמֶר, און געלױבט ה׳: װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד, אַזױ איז פֿול געװאָרן דאָס הױז מיט אַ װאָלקן – דאָס הױז פֿון ה׳. 14 און די כּהנים האָבן נישט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרעם די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון האלֹקים.