Publicidade

2 Crônicas 36

1 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט גענומען יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער אין ירושָלַיִם.

2 דרײַ און צװאַנציק יאָר איז יוֹאָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. 3 און דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט אים אַראָפּגעזעצט אין ירושָלַיִם, און האָט באַשטראָפֿט דאָס לאַנד מיט הונדערט צענטנער זילבער און אַ צענטנער גאָלד.

4 און דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט געמאַכט זײַן ברודער אֶליָקים פֿאַר אַ מלך איבער יהוּדה און ירושָלַיִם, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף יהוֹיָקים. און זײַן ברודער יוֹאָחָזן האָט נכו גענומען און אים געבראַכט קײן מִצרַיִם.

5 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יהוֹיָקים אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ זײַן ג-ט.

6 איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אים נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל, און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, כּדי אים אַװעקצופֿירן קײן בָבֿל. 7 אױך פֿון די כּלים פֿון ה׳ס הױז האָט נבֿוכַדנֶצַר געבראַכט קײן בָבֿל, און זײ אַרײַנגעשטעלט אין זײַן טעמפּל אין בָבֿל.

8 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹיָקימען, און זײַנע אומװערדיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, און װאָס מיט אים האָט געטראָפֿן, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה. און זײַן זון יהוֹיָכין איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

9 אַכט יאָר איז יהוֹיָכין אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים מיט צען טעג האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.

10 און צום אומקער פֿון יאָר, האָט דער מלך נבֿוכַדנֶצַר געשיקט, און האָט אים געבראַכט קײן בָבֿל, מיט די גלוסטיקע כּלים פֿון ה׳ס הױז. און ער האָט געמאַכט זײַן ברודער צִדקִיָהון פֿאַר אַ מלך איבער יהוּדה און ירושָלַיִם.

11 אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

12 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער איז נישט אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר יִרמיָהו דעם נבֿיא פֿון ג-טס מױל. 13 און ער האָט אױך װידערשפּעניקט אָן דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר װאָס האָט אים באַשװאָרן בײַ ה׳; און ער האָט שטײַף געמאַכט זײַן נאַקן, און האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, זיך נישט אומצוקערן צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 14 אױך אַלע האַרן פֿון די כּהנים און פֿון פֿאָלק האָבן געפֿעלשט אַ גרױס פֿעלשונג; אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער, און זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דאָס הױז פֿון ה׳ װאָס ער האָט געהײליקט אין ירושָלַיִם.

15 און ה׳ דער ג-ט פֿון זײערע עלטערן האָט געשיקט צו זײ דורך זײַנע שלוחים, נאָכאַנאַנד געשיקט, װאָרעם ער האָט זיך דערבאַרעמט אױף זײַן פֿאָלק און אױף זײַן װױנונג. 16 אָבער זײ פֿלעגן שפּעטן פֿון די שלוחים פֿון האלֹקים, און פֿאַראַכטן זײַנע װערטער, און זיך לוסטיק מאַכן איבער זײַנע נבֿיאים, ביז דער גרימצאָרן פֿון ה׳ איז אױפֿגעגאַנגען אַקעגן זײַן פֿאָלק, אַז קײן תּרופֿה איז מער נישט געװען. 17 און ער האָט אַרױפֿגעבראַכט אױף זײ דעם מלך פֿון די כַּשׂדים, װאָס האָט געהרגעט זײערע יונגע מיטן שװערד אין זײער בֵית הַמִקדָש, און האָט זיך נישט דערבאַרעמט אױף אַ בחור אָדער אַ מײדל, אַ זקן אָדער אַ גרײַז; אַלעמען האָט ער געגעבן אין זײַן האַנט. 18 און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון האלֹקים, די גרױסע אַזױ װי די קלײנע, און די אוצרות פֿון ה׳ס הױז, און די אוצרות פֿון מלך און זײַנע האַרן, אַלע האָט ער געבראַכט קײן בָבֿל. 19 און זײ האָבן פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון האלֹקים, און אײַנגעװאָרפֿן די מױער פֿון ירושָלַיִם, און אַלע אירע פּאַלאַצן האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אַלע אירע גלוסטיקע כּלים האָבן זײ צעשטערט. 20 און די װאָס זײַנען געבליבן פֿון שװערד האָט ער פֿאַרטריבן קײן בָבֿל, און זײ זײַנען געװאָרן צו אים און צו זײַנע זין פֿאַר קנעכט ביז דער מלוכה פֿון מלוכה פָּרַס; 21 כּדי צו דערפֿילן דאָס װאָרט פֿון ה׳ פֿון יִרמיָהוס מױל: ביז די ערד װעט אָפּצאָלן אירע שבתים; אַלע טעג פֿון איר װיסט זײַן האָט זי געהאַלטן שבת, ביז צו דערפֿילן זיבעציק יאָר.

22 און אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, אַז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן דאָס װאָרט פֿון ה׳ דורך יִרמיָהוס מױל, האָט ה׳ דערװעקט דעם גײַסט פֿון כּוֹרֶש מלך פֿון פָּרַס, און ער האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און אױך דורך אַ געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: 23 אַזױ האָט געזאָגט כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס: אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד האָט מיר געגעבן ה׳ דער ג-ט פֿון די הימלען; און ער האָט מיר באַפֿױלן אים צו בױען אַ הױז אין ירושָלַיִם װאָס אין יהוּדה; װער עס איז דאָ צװישן אײַך פֿון זײַן גאַנצן פֿאָלק, זאָל ה׳ זײַן ג-ט זײַן מיט אים, און זאָל ער אַרױפֿגײן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-