1 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה האָט גענומען עוּזִיָהון, װאָס איז געװען זעכצן יאָר אַלט, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער אַמַציָהון.
2 ער האָט אַרומגעבױט אֵילוֹת און האָט זי אומגעקערט צו יהוּדה, נאָך דעם װי דער מלך האָט געלײגט מיט זײַנע עלטערן.
3 זעכצן יאָר איז עוּזִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יכָליה פֿון ירושָלַיִם.
4 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער אַמַציָהו האָט געטאָן. 5 און ער האָט זיך אָפּגעלײגט אױף זוכן אלֹקים אין די טעג פֿון זכַריָהון, װאָס איז געװען פֿאַרשטאַנדיק אין דער זעונג פֿון ה׳; און אין די טעג װאָס ער האָט געזוכט ה׳ האָט מיט אים האלֹקים באַגליקט.
6 און ער איז אַרױסגעגאַנגען און האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פּלִשתּים, און האָט אײַנגעבראָכן די מױער פֿון גַת, און די מױער פֿון יבֿנה, און די מױער פֿון אַשדוֹד, און געבױט שטעט אַרום אַשדוֹד, און צװישן די פּלִשתּים. 7 און האלֹקים האָט אים געהאָלפֿן אַקעגן די פּלִשתּים, און אַקעגן די אַראַבער, װאָס זײַנען געזעסן אין גור-בַעַל, און די מְעונים. 8 און די עַמוֹנים האָבן געגעבן מתָּנות צו עוּזִיָהו; און זײַן שם איז געגאַנגען ביז מע קומט קײן מִצרַיִם, װאָרעם ער איז געװען שטאַרק ביז גאָר. 9 און עוּזִיָהו האָט געבױט טורעמס אין ירושָלַיִם בײַם װינקלטױער, און בײַם טױער פֿון טאָל, און בײַם עק, און ער האָט זײ באַפֿעסטיקט. 10 און ער האָט געבױט טורעמס אין דער מדבר, און האָט אױסגעהאַקט פֿיל ברונעמער, װאָרעם ער האָט געהאַט פֿיל פֿיך אי אין דער נידערונג, אי אין דעם פֿלאַכלאַנד; אַקערלײַט און גערטענירער אױף די בערג, און אין כַּרמֶל, װאָרעם ער איז געװען אַ ליבהאָבער פֿון ערד.
11 און עוּזִיָהו האָט געהאַט אַ חיל פֿון קריגסלײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אין מחנות, לױט דעם מיספּר פֿון זײער צײלונג דורך דער האַנט פֿון יעִיאֵל דעם שרײַבער, און מַעֲשֵׂיָהו דעם אױפֿזעער, אונטער דער האַנט פֿון חַנַניָהון, אײנעם פֿון די האַרן פֿון מלך. 12 די גאַנצע צאָל פֿון די הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, די העלדישע גיבוֹרים, איז געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט. 13 און אונטער זײער האַנט איז געװען אַ קריגס-חיל פֿון דרײַ הונדערט טױזנט און זיבן טױזנט פֿון פֿינף הונדערט װאָס האָבן געהאַלטן מלחמה מיט שטאַרקן כּוֹח, צו העלפֿן דעם מלך אַקעגן דעם פֿײַנט. 14 און עוּזִיָהו האָט צוגעגרײט פֿאַר זײ, פֿאַר דעם גאַנצן חיל, שילדן, און שפּיזן, און קיװערס, און פּאַנצערס, און בױגנס, און שלײַדער-שטײנער. 15 און ער האָט געמאַכט אין ירושָלַיִם קונציקע געשטעלן, אױסגעטראַכט פֿון אַ מײַנסטער, צו זײַן אױף די טורעמס און אױף די שפּיצן, אױף צו שיסן מיט פֿײַלן און מיט גרױסע שטײנער; און זײַן שם איז אַרױסגעגאַנגען ביז אין מרחקים, װאָרעם ער איז װוּנדערלעך געהאָלפֿן געװאָרן, ביז ער איז געװאָרן שטאַרק.
16 אָבער װי ער איז שטאַרק געװאָרן, האָט זײַן האַרץ זיך דערהױבן ביז צום פֿאַרדאָרבן װערן, און ער האָט געפֿעלשט אָן ה׳ זײַן ג-ט, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הֵיכל פֿון ה׳ צו רײכערן אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרעך. 17 איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך אים עַזַריָהו דער כּהן, און מיט אים אַכציק כּהנים פֿון ה׳, העלדישע יונגען, 18 און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם מלך עוּזִיָהו, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: נישט פֿאַר דיר, עוּזִיָהו, איז רײכערן צו ה׳, נאָר פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרֹן, װאָס זײַנען געהײליקט אױף צו רײכערן. גײ אַרױס פֿון מִקדָש, װאָרעם דו האָסט געפֿעלשט, און דאָס װעט דיר נישט זײַן צום כּבֿוד בײַ ה׳ אלֹקים. 19 האָט עוּזִיָהו געצערנט; און אין זײַן האַנט איז געװען אַ רײכערפֿאַן אױף צו רײכערן; און װי ער האָט געצערנט אױף די כּהנים, אַזױ האָט אַ צרעת אױסגעבראָכן אױף זײַן שטערן, פֿאַר די כּהנים אין ה׳ס הױז, לעבן דעם מזבח פֿאַר װײַרעך. 20 און עַזַריָהו דער כּהן-גָדול און אַלע כּהנים האָבן זיך אומגעקוקט, ערשט ער איז מצורע אױף זײַן שטערן; האָבן זײ אים אױף גיך אַװעקגענומען פֿון דאָרטן, און אױך ער האָט זיך געאײַלט אַרױסצוגײן, װײַל ה׳ האָט אים געפּלאָגט.
21 און דער מלך עוּזִיָהו איז געװען מצורע ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט; און ער איז געזעסן אין אַן אָפּגעזונדערטן הױז, אַ מצורע; װאָרעם ער איז אָפּגעשניטן געװאָרן פֿון ה׳ס הױז. און זײַן זון יוֹתָם איז געװען איבער דעם מלכס הױז; ער האָט געמישפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד.
22 און די איבעריקע זאַכן װעגן עוּזִיָהון, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, האָט באַשריבן ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן.
23 און עוּזִיָהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן בײַ זײַנע עלטערן אין דעם קבֿר-פֿעלד פֿון די מלכים, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: ער איז אַ מצורע. און זײַן זון יוֹתָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.