Publicidade

Ezequiel 15

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, װאָס איז דער װײַנשטאָק מער פֿון איטלעכן בױם – דער װײַנצװײַג װאָס איז צװישן די װאַלדבײמער? 3 צי װערט פֿון אים האָלץ גענומען אױף צו מאַכן אַן אַרבעט? אָדער נעמט פֿון אים אַ פֿלעקל צו הענגען אַ שום כּלי דערױף? 4 הײַנט אַז ער איז צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז געגעבן געװאָרן, אַז זײַנע בײדע עקן האָט אָפּגעגעסן דאָס פֿײַער, און זײַן מיטן איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען טױגן אױף אַן אַרבעט? 5 זע, אַז ער איז גאַנץ געװען, האָט ער נישט געקענט פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט, הײַנט װי שױן אַז דאָס פֿײַער האָט אים אַרומגעגעסן, און ער איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען נאָך פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט? 6 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: אַזױ װי דער װײַנשטאָק צװישן די װאַלדבײמער, װאָס איך האָב אים געגעבן צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז, אַזױ גיב איך די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 7 און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן זײ; פֿון פֿײַער זײַנען זײ אַרױס, און דאָס פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך טו מײַן פּנים אַקעגן זײ. 8 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסטעניש, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-