1 און אַז איר װאַרפֿט אױס דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד, הײליק צו ה׳; די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט שטאַנגען די לענג, און די ברײט צען טױזנט; דאָס זאָל זײַן הײליק אין דעם גאַנצן געמאַרק רונד אַרום. 2 פֿון דעם זאָל זײַן פֿאַר דעם הײליקטום פֿינף הונדערט אױף פֿינף הונדערט, פֿירעקעכדיק פֿון אַלע זײַטן; און פֿופֿציק אײלן אַ פֿרײַער פּלאַץ דערצו רונד אַרום. 3 און פֿון דער דאָזיקער מאָס – פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט – זאָלסטו אָפּמעסטן, אַז דרינען זאָל זײַן דאָס מִקדָש, די הײליקסטע הײליקײט. 4 הײליק פֿון דעם לאַנד איז דאָס; פֿאַר די כּהנים, די באַדינער פֿון מִקדָש, װאָס גענענען צו דינען ה׳, זאָל עס זײַן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אָרט פֿאַר הײַזער, און אַ הײליקער אָרט צום מִקדָש. 5 און פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט, זאָל זײַן פֿאַר די לוִיִים די באַדינער פֿון הױז, זײ צום אײגנטום, פֿאַר צװאַנציק קאַמערן.
6 און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט זאָלט איר מאַכן פֿינף טױזנט די ברײט, און די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג; פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָל עס זײַן.
7 און פֿאַר דעם פֿירשט, פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג, און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, און אַקעגן דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, מערבֿ-זײַט צו מערבֿ, און פֿון מזרח-זײַט צו מזרח, און אַ לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון דעם מערבֿ-געמאַרק ביז דעם מזרח-געמאַרק 8 פֿון דעם לאַנד; דאָס זאָל אים זײַן צום אײגנטום אין יִשׂרָאֵל; און מײַנע פֿירשטן זאָלן מער נישט קריװדען מײַן פֿאָלק, נײַערט דאָס לאַנד זאָל מען געבן צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, לױט זײערע שבֿטים.
9 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: גענוג אײַך, איר פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל! אומרעכט און רױב טוט אָפּ, רעכט און גערעכטיקײט טוט, נעמט אַראָפּ פֿון מײַן פֿאָלק אײַערע רדיפֿות, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
10 ריכטיקע װאָגשאָלן, און אַ ריכטיקע אֵיפֿה, און ריכטיקע בַת, זאָל בײַ אײַך זײַן. 11 אַן אֵיפֿה און אַ בַת זאָל זײַן אין מאָס: אַ בַת זאָל האַלטן אַ צענטל פֿון אַ חומר, און אַן אֵיפֿה אַ צענטל פֿון אַ חומר; לױטן חומר זאָל זײַן זײער מאָס. 12 און דער שקל זאָל זײַן צװאַנציק גֵרָה; צװאַנציק שקל, פֿינף און צװאַנציק שקל, צען, און פֿינף שקל, זאָל אײַך זײַן די מָנֶה.
13 דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן: אַ זעקסטל אֵיפֿה פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר גערשטן. 14 און דער דין פֿון אײל – אײל איז אױפֿן בַת – איז אַ צענטל בַת פֿון אַ כָּוֹר, װאָס איז צען בַת – אַ חומר; 15 װאָרעם צען בַת איז אַ חומר. און אײן לאַם פֿון די שאָף פֿאַר צװײ הונדערט, פֿון די לאָנקעס פֿון יִשׂרָאֵל; פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן אױף זײ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 16 דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל געבן די דאָזיקע אָפּשײדונג צו דעם פֿירשט אין יִשׂרָאֵל. 17 און אױך חלק מקריבֿ פֿון דעם פֿירשט זאָלן זײַן די בראַנדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס גיסאָפּפֿער, אין די יוֹם-טובֿים, און אום ראָש-חודש, און אין די שבתים, אין אַלע פֿײַערטעג פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; ער זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס פֿרידאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
18 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָלסטו נעמען אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער, און זאָלסט רײניקן דאָס מִקדָש. 19 און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער, און אַרױפֿטאָן אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם הױז, און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג פֿון מזבח, און אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם טױער פֿון דעם אינעװײנקסטן הױף. 20 און אַזױ זאָלסטו טאָן אין זיבעטן טאָג פֿון חודש, פֿון װעגן איטלעכן װאָס פֿאַרזעט, און פֿון װעגן דעם װאָס טוט אױס נאַרישקײט; אַזױ זאָלט איר מכַפּר זײַן אױפֿן הױז.
21 אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן בײַ אײַך פֶּסַח, אַ יוֹם-טובֿ זיבן טעג; מַצות זאָל געגעסן װערן. 22 און דער פֿירשט זאָל מאַכן אין יענעם טאָג פֿאַר זיך און פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער. 23 און די זיבן טעג פֿון יוֹם-טובֿ זאָל ער מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, זיבן אָקסן און זיבן װידערס, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג – די זיבן טעג; און אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער אַ טאָג. 24 און אַ שפּײַזאָפּפֿער זאָל ער מאַכן, אַן אֵיפֿה צו אַן אָקס, און אַן אֵיפֿה צו אַ װידער, און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה. 25 אין זיבעטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש, אום יוֹם-טובֿ, זאָל ער מאַכן אַזױ װי די דאָזיקע, די זיבן טעג; אַזױ דאָס זינדאָפּפֿער, אַזױ דאָס בראַנדאָפּפֿער, און אַזױ דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און אַזױ דאָס אײל.