Publicidade

Ezequiel 17

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, ראָט אַ רעטעניש, און גיב אַ משל אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, 3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דער גרױסער אָדלער מיט פֿליגלען גרױסע, מיט פֿלעדערן לאַנגע, מיט פֿעדערן פֿול, װאָס האָט אַלערלײ פֿאַרבן, איז געקומען צום לבֿנוֹן, און גענומען דעם שפּיץ פֿון צעדערבױם. 4 דאָס אױבערשטע פֿון זײַנע ריטלעך האָט ער אָפּגעריסן, און האָט עס געבראַכט אין אַ לאַנד פֿון סוחרים; אין אַ שטאָט פֿון האַנדלסלײַט האָט ער עס אײַנגעזעצט. 5 און ער האָט גענומען פֿון דעם זאָמען פֿון לאַנד, און האָט עס אײַנגעפֿלאַנצט אין אַ פֿרוכטבאַר פֿעלד, געבראַכט לעבן װאַסער אַ סך; װי אַ װערבע האָט ער עס אײַנגעזעצט. 6 און עס האָט געשפּראָצט, און איז געװאָרן, אַן אױסגעשפּרײט װײַנשטאָק, נידעריק אין װוּקס; כּדי זײַנע צװײַגן זאָלן זיך קערן צו אים, און זײַנע װאָרצלען זאָלן זײַן אונטער אים; און עס איז געװאָרן אַ װײַנשטאָק, און אַרױסגעבראַכט שטענגלעך, און אַרױסגעלאָזט צװײַגן.

7 און עס איז געװען אַן אַנדער גרױסער אָדלער מיט פֿליגלען גרױסע און פֿעדערן פֿיל; ערשט דער דאָזיקער װײַנשטאָק האָט אױסגעבײגט זײַנע װאָרצלען צו אים, און אױסגעשטרעקט זײַנע צװײַגן צו אים פֿון די בײטן פֿון זײַן פֿלאַנצונג, כּדי ער זאָל אים אָנטרינקען; 8 הגם אין אַ גוטן פֿעלד, לעבן װאַסער אַ סך, איז ער געפֿלאַנצט געװען, צו לאָזן צװײַגן, און צו טראָגן פֿרוכט, צו װערן אַ פּראַכטיקער װײַנשטאָק.

9 זאָג: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: צי װעט ער באַגליקן? װעט נישט אַרױסרײַסן יענער זײַנע װאָרצלען און זײַן פֿרוכט אָפּהאַקן, ער זאָל פֿאַרטריקנט װערן, אַלע בלעטער פֿון זײַן שפּראָצונג זאָלן פֿאַרטריקנט װערן? און נישט מיט אַ גרױס מאַכט און נישט מיט פֿיל פֿאָלק װעט ער אים אױספֿליקן מיט זײַנע װאָרצלען. 10 און איז ער שױן אײַנגעפֿלאַנצט, צי װעט ער באַגליקן? פֿאַר װאָר, װי דער מזרח-װינט רירט אים אָן, װעט ער טרוקן פֿאַרטריקנט װערן; אױף די בײטן פֿון זײַן שפּראָצונג װעט ער פֿאַרטריקנט װערן.

11 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 12 זאָג אַקאָרשט צו דעם װידערשפּעניקן געזינדל: װײסט איר נישט װאָס די דאָזיקע זײַנען? זאָג: אָט איז געקומען דער מלך פֿון בָבֿל קײן ירושָלַיִם, און האָט גענומען איר מלך און אירע האַרן, און זײ געבראַכט צו זיך קײן בָבֿל. 13 און ער האָט גענומען אײנעם פֿון קיניגלעכן זאָמען, און האָט געשלאָסן מיט אים אַ ברית, און אים געבראַכט אונטער אַ שבֿועה, און די שטאַרקסטע פֿון לאַנד האָט ער אַװעקגענומען; 14 כּדי עס זאָל זײַן אַ שָפֿלע מלוכה, זיך נישט צו דערהײבן; צו היטן זײַן ברית, כּדי זי זאָל באַשטײן. 15 אָבער ער האָט װידערשפּעניקט אָן אים, צו שיקן זײַנע שלוחים קײן מִצרַיִם, אַז מע זאָל אים געבן פֿערד און פֿיל פֿאָלק. זאָל ער באַגליקן? זאָל אַנטרונען װערן דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע? זאָל ער פֿאַרשטערן דעם ברית, און אַנטרונען װערן?

16 אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב נישט אין דעם אָרט פֿון דעם מלך װאָס האָט אים צום מלך געמאַכט, װעמעס שבֿועה ער האָט פֿאַראַכט, און װעמעס ברית ער האָט פֿאַרשטערט – בײַ אים אין בָבֿל װעט ער שטאַרבן! 17 און נישט מיטן גרױסן חיל און מיטן פֿיל געזעמל װעט פַּרעה אים בײַשטײן אין מלחמה, װען מע שיט אָן אַן ערדװאַל און מע בױט אַ באַלעגער-מױער, צו פֿאַרשנײַדן נפֿשות אַ סך; 18 װײַל ער האָט פֿאַראַכט די שבֿועה, צו פֿאַרשטערן דעם ברית, און אָט האָט ער געגעבן זײַן האַנט, און האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע, װעט ער נישט אַנטרונען װערן. 19 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַזױ װי איך לעב, מײַן שבֿועה װאָס ער האָט פֿאַראַכט, און מײַן ברית װאָס ער האָט פֿאַרשטערט – אױב איך װעל עס נישט פֿאַרגעלטן אױף זײַן קאָפּ! 20 און איך װעל פֿאַרשפּרײטן אױף אים מײַן נעץ, און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מײַן פּאַסטקע, און איך װעל אים ברענגען קײן בָבֿל, און װעל זיך משפּטן מיט אים דאָרטן פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן מיר. 21 און אַלע זײַנע אַנטלאָפֿענע אין אַלע זײַנע מחנות, זײ װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און די געבליבענע װעלן אױף אַלע װינטן צעשפּרײט װערן; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ האָב גערעדט.

22 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: און איך אַלײן װעל נעמען פֿון הױכן צעדערשפּיץ, און װעל עס אײַנזעצן; פֿון זײַנע אױבערשטע ריטלעך װעל איך אַ יונגס אָפּרײַסן, און איך אַלײן װעל עס אײַנפֿלאַנצן אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרג. 23 אױף דעם הױכן באַרג פֿון יִשׂרָאֵל װעל איך עס אײַנפֿלאַנצן, און עס װעט טראָגן צװײַגן, און ברענגען פֿרוכט, און װערן אַ פּראַכטיקער צעדערבױם; און אונטער אים װעלן רוען אַלע פֿױגלען פֿון אַלערלײ פֿליגלען; אין שאָטן פֿון זײַנע צװײַגן װעלן זײ רוען. 24 און אַלע בײמער פֿון פֿעלד װעלן װיסן אַז איך ה׳ האָב דערנידערט דעם הױכן בױם, דערהױכט דעם נידעריקן בױם, פֿאַרטריקנט דעם פֿײַכטן בױם, און געמאַכט בליִען דעם פֿאַרטריקנטן בױם; איך ה׳ האָב גערעדט און האָב געטאָן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-