Publicidade

Ezequiel 26

1 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, װײַל צוֹר האָט געזאָגט אױף ירושָלַיִם: אַהאַ! צעבראָכן איז די טיר פֿון די אומות, צו מיר גײט עס איבער; איך װעל פֿול װערן װײַל זי איז חורבֿן. 3 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך קום אױף דיר, צוֹר, און װעל אױפֿברענגען אױף דיר פֿיל פֿעלקער, אַזױ װי דער ים ברענגט אױף זײַנע װעלן. 4 און זײ װעלן צעשטערן די מױערן פֿון צוֹר, און אײַנװאַרפֿן אירע טורעמס; און איך װעל אָפּשאָבן איר ערד פֿון איר, און װעל זי מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז. 5 אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט זי זײַן אין מיטן פֿון ים; װאָרעם איך האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; און זי װעט זײַן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער. 6 און אירע טעכטערשטעט װאָס אין פֿעלד װעלן מיטן שװערד אױסגעהרגעט װערן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

7 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך ברענג אױף צוֹר נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, פֿון צפֿון אַהער, דעם מלך פֿון מלכים, מיט פֿערד, און מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און אַן אײַנזאַמלונג, און פֿאָלק אַ סך. 8 דײַנע טעכטערשטעט אין פֿעלד װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען; און ער װעט מאַכן אַרום דיר אַ באַלעגער-מױער, און אָנשיטן אַרום דיר אַן ערדװאַל, און אױפֿשטעלן קעגן דיר אַ שילד. 9 און זײַנע מױערברעכער װעט ער אָנשטעלן אַקעגן דײַנע מױערן, און דײַנע טורעמס װעט ער צעברעכן מיט די העק זײַנע. 10 פֿון דער פֿילקײט פֿון זײַנע פֿערד, װעט דיך זײער שטױב פֿאַרדעקן; פֿון גערױש פֿון רײַטער, און רעדער און רײַטװעגן, װעלן ציטערן דײַנע מױערן, װען ער קומט אין דײַנע טױערן, װי מע קומט אין אַן אײַנגעבראָכענער שטאָט; 11 מיט די קלױען פֿון זײַנע פֿערד װעט ער צעטרעטן אַלע דײַנע גאַסן; דײַן פֿאָלק װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען. און דײַנע שטאַרקע זײַלשטײנער װעלן צו דער ערד נידערן. 12 און זײ װעלן ראַבעװען דײַן פֿאַרמעג, און רױבן דײַן סחורה; און זײ װעלן צעשטערן דײַנע מױערן, און דײַנע גלוסטיקע הײַזער װעלן זײ צעברעכן; און דײַנע שטײנער און דײַנע האָלצן און דײַן ערד װעלן זײ אין מיטן װאַסער אַהינטאָן. 13 און איך װעל מאַכן אױפֿהערן דעם טומל פֿון דײַנע געזאַנגען, און דער קֹול פֿון דײַנע האַרפֿן װעט מער נישט געהערט װערן. 14 און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז, אױף אױסשפּרײטן נעצן װעסטו זײַן; װעסט מער נישט אָפּגעבױט װערן; װאָרעם איך ה׳ האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו צוֹר: פֿאַר װאָר פֿון דעם קלאַפּ פֿון דײַן פֿאַלן, װען דערשלאָגענע קרעכצן, װען הרוּגים װערן געהרגעט אין דיר, װעלן ציטערן די אינדזלען. 16 און נידערן פֿון זײערע טראָנען װעלן אַלע פֿירשטן פֿון ים, און זײ װעלן אױסטאָן זײערע מאַנטלען, און זײערע געשטיקטע קלײדער װעלן זײ אַראָפּציִען; ציטערניש װעלן זײ אָנטאָן, אױף דער ערד װעלן זײ זיצן, און אױפֿציטערן װעלן זײ אַלע רגע, און באַנומען װערן פֿון װעגן דיר.

17 און זײ װעלן אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג, און װעלן זאָגן צו דיר:

װי ביסטו אונטערגעגאַנגען, דו באַזעצטע בײַ ימען,

דו גערימטע שטאָט,

װאָס איז געװען שטאַרק אױפֿן ים,

זי און אירע באַװױנער,

װאָס האָבן געװאָרפֿן זײער שרעק

אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד!

18 אַצונד ציטערן די אינדזלען

אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן;

יאָ, די אינדזלען װאָס אין ים

זײַנען דערשראָקן פֿון דײַן אױסלאָזן.

19 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װען איך מאַך דיך אַ פֿאַרװיסטע שטאָט, װי שטעט װאָס װערן נישט באַװױנט, װען איך ברענג אױף דיר דעם תּהום, און די גרױסע װאַסערן װעלן דיך באַדעקן, 20 װעל איך דיך נידערן מיט די גענידערטע אין גרוב, מיט דעם פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן, און איך װעל דיך באַזעצן אין אונטערערד, װי די חורבֿות פֿון פֿאַרצײַטן, מיט די גענידערטע אין גרוב, כּדי דו זאָלסט נישט באַזעצט װערן; און איך װעל געבן פּראַכט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 21 פֿאַר אַ שרעקעניש װעל איך דיך מאַכן, און װעסט מער נישט זײַן, און װעסט געזוכט װערן, און מער נישט געפֿונען װערן אױף אײביק, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-