Publicidade

Ezequiel 7

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַ סוף צו דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל! געקומען אַ סוף אױף די פֿיר עקן פֿון לאַנד. 3 אַצונד איז אַ סוף אױף דיר, און איך װעל אָנשיקן מײַן צאָרן אױף דיר, און װעל דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. 4 און מײַן אױג װעט דיך נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; נײַערט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.

5 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַן אומגליק, אַ באַזונדער אומגליק אָט קומט! 6 אַ סוף איז געקומען, געקומען דער סוף, ער האָט זיך דערװעקט אױף דיר; אָט קומט עס! 7 געקומען איז די גורל צו דיר, באַװױנער פֿון לאַנד; געקומען די צײַט, נאָנט איז דער טאָג פֿון מהומה, און אױס דער געהילך פֿון די בערג. 8 אַצונד באַלד װעל איך אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אױסלאָזן אױף דיר מײַן כּעס, און דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. 9 און מײַן אױג װעט נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; לױט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ טו שלאָגן.

10 אָט איז דער טאָג, אָט קומט עס! אױסגעפֿאַלן איז די גורל, געשפּראָצט האָט דער שטעקן, געבליט האָט די מוטװיליקײט. 11 אומרעכט איז אױסגעװאַקסן אין אַ שטעקן פֿון שלעכטיקײט; נישט פֿון זײ קומט אַרױס, און נישט פֿון זײער געזעמל, און נישט פֿון זײער געטומל; און נישטאָ קײן געהױבנקײט אין זײ. 12 געקומען איז די צײַט, דערגרײכט האָט דער טאָג; דער קױפֿער זאָל זיך נישט פֿרײען, און דער פֿאַרקױפֿער זאָל נישט טרױערן, װאָרעם אַ גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. 13 װאָרעם דער פֿאַרקױפֿער װעט צום פֿאַרקױפֿטן אין זײַן לעבנס לעבן זיך נישט אומקערן; װײַל אַ זעונג איז אױף איר גאַנצן געזעמל, עס זאָל זיך נישט אומקערן; און פֿון װעגן זײַן זינד אין זײַן לעבן װעט זיך קײנער נישט דערהאַלטן.

14 געבלאָזן דעם האָרן, און אָנגעברײט אַלצדינג, און נישטאָ װער זאָל גײן אױף מלחמה; װאָרעם מײַן גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. 15 דערױסן די שװערד, און אינעװײניק די פּעסט און דער הונגער; דער װאָס אין פֿעלד װעט דורכן שװערד שטאַרבן, און דער װאָס אין שטאָט, װעט אים הונגער און פּעסט אױפֿעסן. 16 און זײערע אַנטרונענע װעלן אַנטרינען, און װעלן זײַן אױף די בערג, װי טױבן פֿון די טאָלן, װאָס אַלע טוען זײ ברומען; איטלעכער פֿון װעגן זײַן זינד. 17 אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. 18 און זײ װעלן אָנגורטן זאַקקלײדער, און אַ שױדער װעט זײ באַדעקן, און אױף אַלע פּנימער װעט זײַן אַ בושה, און אױף אַלע זײערע קעפּ אַ פּליך. 19 זײער זילבער װעלן זײ אױף די גאַסן אַרױסװאַרפֿן, און זײער גאָלד װעט אַן אומרײניקײט װערן, זײער זילבער און זײער גאָלד װעט זײ נישט קענען מציל זײַן אין טאָג פֿון ה׳ס גרימצאָרן; זײער לײַב װעלן זײ נישט אָנזעטן און זײערע אינגעװײד װעלן זײ נישט אָנפֿילן; װאָרעם די שטרױכלונג צו זײער זינד איז דאָס געװען, 20 און זײער שײנע צירונג װאָס זײ האָבן פֿאַר אַ שטאָלץ געמאַכט; און בילדער פֿון זײערע מיאוסע אומװערדיקײטן האָבן זײ דערפֿון אױסגעאַרבעט; דערום מאַך איך עס זײ פֿאַר אַן אומרײניקײט. 21 און איך װעל עס געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע צו רױב, און צו די שלעכטע פֿון דער ערד צו פֿאַנג, און זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן. 22 און איך װעל אָפּדרײען מײַן פּנים פֿון זײ, און מע װעט פֿאַרשװעכן מײַן פֿאַרבאָרגעניש; יאָ, אײַנברעכער װעלן קומען אין איר, און װעלן זי פֿאַרשװעכן.

23 גרײט צו די קײטן, װאָרעם דאָס לאַנד איז פֿול מיט בלוטשולד, און די שטאָט איז פֿול מיט אומרעכט. 24 און איך װעל ברענגען די ערגסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װעלן יַרשען זײערע הײַזער; און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די שטאַרקע; און פֿאַרשװעכט װערן װעלן זײערע הײליקטומען. 25 אַ שױדערניש קומט, און זײ װעלן זוכן שלום, און עס װעט נישט זײַן. 26 אַ בראָך אױף אַ בראָך װעט קומען, און אַ הערונג נאָך אַ הערונג װעט זײַן; און זײ װעלן זוכן אַ זעונג פֿון נבֿיא, און די תּורה װעט פֿאַרלאָרן װערן פֿון כּהן, און אַן עצה פֿון די זקנים. 27 דער מלך װעט טרױערן, און דער פֿירשט װעט זיך אָנקלײדן מיט װיסטקײט, און די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעלן צעטומלט װערן; לױט זײער װעג װעל איך טאָן מיט זײ, און מיט זײערע משפּטים װעל איך זײ משפּטן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-