Publicidade

2 Reis 7

1 האָט אֶלישע געזאָגט: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מאָרגן אין דער צײַט װעט אַ סְאָה זעמלמעל זײַן פֿאַר אַ שקל, און צװײ סְאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל, אין דעם מױער פֿון שוֹמרוֹן.

2 האָט דער הױפּטמאַן װאָס דער מלך איז געװען אָנגעלענט אױף זײַן האַנט געענטפֿערט דעם מאַן פֿון ג-ט, און האָט געזאָגט: אַפֿילו ה׳ זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל, קען דען דאָזיקע זאַך געשען? האָט ער געזאָגט: אָט װעסטו זען מיט דײַנע אױגן, אָבער עסן דערפֿון װעסטו נישט.

3 און פֿיר מענטשן מצוֹרָעִים, זײַנען געװען בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער; האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס זיצן מיר דאָ ביז מיר װעלן שטאַרבן? 4 זאָלן מיר זאָגן: מיר װעלן אַרײַנגײן אין שטאָט, איז דער הונגער אין שטאָט, און מיר װעלן דאָרטן שטאַרבן; און אױב מיר װעלן דאָ זיצן, װעלן מיר אױך שטאַרבן. דערום קומט אַצונד און לאָמיר צופֿאַלן צו דעם לאַגער פֿון אַרָם; אױב זײ װעלן אונדז לאָזן לעבן, װעלן מיר לעבן, און אױב זײ װעלן אונדז טײטן, װעלן מיר שטאַרבן.

5 זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען אין אָװנט צו גײן צו דעם לאַגער פֿון אַרָם, און זײ זײַנען געקומען צום עק לאַגער פֿון אַרָם, ערשט דאָרטן איז קײן מענטש נישטאָ. 6 װאָרעם אֲדֹנָי האָט געמאַכט הערן אין דעם לאַגער פֿון אַרָם אַ ליאַרעם פֿון רײַטװעגן, און אַ ליאַרעם פֿון פֿערד, אַ ליאַרעם פֿון אַ גרױסן חיל, און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: זע, דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט אָנגעדונגען אױף אונדז די מלכים פֿון די חִתּים, און די מלכים פֿון מִצרַיִם, צו קומען אױף אונדז. 7 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַנטלאָפֿן אין אָװנט, און האָבן איבערגעלאָזט זײערע געצעלטן, און זײערע פֿערד און זײערע אײזלען, דעם לאַגער אַזױ װי ער איז, און זײַנען אַנטלאָפֿן אום זײער לעבן.

8 און די דאָזיקע מצוֹרָעִים זײַנען געקומען צום עק לאַגער, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אײן געצעלט, און האָבן געגעסן און געטרונקען, און אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן זילבער און גאָלד, און בגדים, און זײ זײַנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן; און זײ זײַנען צוריקגעקומען און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אַן אַנדער געצעלט, און האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען און האָבן באַהאַלטן.

9 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מיר טוען נישט רעכט; הײַנטיקער טאָג איז אַ טאָג פֿון בשׂורה, און מיר שװײַגן. אַז מיר װעלן װאַרטן ביז ליכט פֿון פֿרימאָרגן, װעט אונדז טרעפֿן אַ שטראָף. דערום קומט אַצונד, און לאָמיר אַרײַנגײן און דערצײלן אין הױז פֿון מלך.

10 זײַנען זײ געגאַנגען און האָבן גערופֿן צו די טױערלײַט פֿון שטאָט, און זײ האָבן זײ דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען געקומען אין לאַגער פֿון אַרָם, ערשט דאָרטן איז נישטאָ קײן מאַן און קײן קֹול פֿון אַ מענטשן; נאָר די פֿערד זײַנען צוגעבונדן, און די אײזלען זײַנען צוגעבונדן, און די געצעלטן אַזױ װי זײ זײַנען געװען.

11 האָבן די טױערלײַט גערופֿן, און מע האָט אָנגעזאָגט אינעװײניק אין מלכס הױז. 12 איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען אין דער נאַכט, און ער האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: לאָמיר אײַך זאָגן װאָס די אַרַמים אונדז האָבן דאָ געטאָן: זײ װײסן אַז מיר זײַנען הונגעריקע, דערום זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַגער זיך צו באַהאַלטן אין פֿעלד, אַזױ צו זאָגן: װי זײ װעלן אַרױסגײן פֿון שטאָט, אַזױ װעלן מיר זײ כאַפּן לעבעדיקערהײט, און מיר װעלן אַרײַנגײן אין שטאָט.

13 האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון זײַנע קנעכט און האָט געזאָגט: טאָ זאָל מען, איך בעט דיך, נעמען פֿינף פֿון די געבליבענע פֿערד װאָס זײַנען דאָ געבליבן – זײ זײַנען דאָך אַזױ װי דער גאַנצער המון פֿון יִשׂרָאֵל װאָס גײען אױס – און לאָמיר שיקן און זען.

14 האָבן זײ גענומען צװײ רײַטװעגן מיט פֿערד, און דער מלך האָט זײ געשיקט נאָך דעם חיל פֿון אַרָם, אַזױ צו זאָגן: גײט און זעט.

15 זײַנען זײ געגאַנגען נאָך זײ ביזן יַרדן; ערשט דער גאַנצער װעג איז פֿול מיט בגדים און זאַכן װאָס די אַרַמים האָבן אַװעקגעװאָרפֿן אין זײער אײַלעניש. האָבן די שלוחים זיך אומגעקערט, און האָבן דערצײלט דעם מלך. 16 איז אַרױסגעגאַנגען דאָס גאַנצע פֿאָלק און זײ האָבן אױסגערױבט דעם לאַגער פֿון אַרָם; און אַ סְאָה זעמלמעל איז געװען פֿאַר אַ שקל, און צװײ סְאָה גערשטן פֿאַר אַ שקל, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳.

17 און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט דעם הױפּטמאַן װאָס ער איז געװען אָנגעלענט אױף זײַן האַנט, איבער דעם טױער. האָט אים דאָס פֿאָלק צעטרעטן אין טױער, און ער איז געשטאָרבן. אַזױ װי עס האָט גערעדט דער מאַן פֿון ג-ט, װאָס ער האָט גערעדט װען דער מלך האָט אַראָפּגענידערט צו אים. 18 װאָרעם עס איז געװען, אַז דער מאַן פֿון ג-ט האָט גערעדט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: צװײ סְאָה גערשטן װעלן זײַן פֿאַר אַ שקל, און אַ סְאָה זעמלמעל פֿאַר אַ שקל, מאָרגן אין דער צײַט אין טױער פֿון שוֹמרוֹן, 19 האָט דער הױפּטמאַן זיך אָפּגערופֿן צום מאַן פֿון ג-ט, און האָט געזאָגט: און אַפֿילו ה׳ זאָל מאַכן פֿענצטער אין הימל, קען דען געשען אַזױ װי די דאָזיקע זאַך? האָט ער געזאָגט: אָט װעסטו זען מיט דײַנע אױגן, אָבער עסן דערפֿון װעסטו נישט. 20 און אים איז אַזױ געשען און דאָס פֿאָלק האָט אים צעטרעטן אין טױער, און ער איז געשטאָרבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-