Publicidade

2 Reis 22

1 אַכט יאָר איז יֹאשִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען ידידָה די טאָכטער פֿון עַדָיָהן, פֿון בָצקַת.

2 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און האָט זיך נישט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס.

3 און עס איז געװען אין אַכצענטן יאָר פֿון מלך יֹאשִיָהו, האָט דער מלך געשיקט שָפָֿן דעם זון פֿון אַצַליָהו, דעם זון פֿון משולָמען, דעם שרײַבער, אין הױז פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 4 גײ אַרױף צו חִלקִיָהו דעם כּהן-גָדול, און זאָל ער צונױפֿצײלן דאָס געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון ה׳, װאָס די שװעלהיטערס האָבן געזאַמלט פֿון פֿאָלק. 5 און זאָל מען עס געבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון ה׳; און זײ זאָלן עס געבן צו די בַעַל-מלאָכות, װאָס אין הױז פֿון ה׳, אױף צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז; 6 צו די האָלצמײַנסטערס, און צו די בױמײַנסטערס, און צו די מױערער, און אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז. 7 און מע זאָל זיך נישט רעכענען מיט זײ װעגן דעם געלט װאָס װערט געגעבן אױף זײער האַנט, נײַערט אױף נאמנות זאָלן זײ אַרבעטן.

8 און חִלקִיָהו דער כּהן-גָדול האָט געזאָגט צו שָפָֿן דעם שרײַבער: דאָס בוך פֿון דער תּורה האָב איך געפֿונען אין הױז פֿון ה׳. און חִלקִיָהו האָט געגעבן דאָס בוך צו שָפָֿנען, און ער האָט עס איבערגעלײענט.

9 און שָפָֿן דער שרײַבער איז געקומען צום מלך, און האָט געבראַכט דעם מלך אַן ענטפֿער, און האָט געזאָגט: דײַנע קנעכט האָבן איבערגעצײלט דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז, און זײ האָבן עס געגעבן אױף דער האַנט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון ה׳.

10 און שָפָֿן דער שרײַבער האָט דערצײלט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: חִלקִיָהו דער כּהן האָט מיר געגעבן אַ בוך. און שָפָֿן האָט עס געלײענט פֿאַרן מלך. 11 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דעם בוך פֿון דער תּורה, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. 12 און דער מלך האָט באַפֿױלן חִלקִיָהו דעם כּהן, און אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, און עַכבוֹר דעם זון פֿון מיכָיָה, און שָפָֿן דעם שרײַבער, און עַשָׂיָה דעם מלכס דינער אַזױ צו זאָגן: 13 גײט פֿרעגט בײַ ה׳ פֿאַר מיר, און פֿאַר דעם פֿאָלק, און פֿאַר גאַנץ יהוּדה, װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געפֿונענעם בוך, װאָרעם גרױס איז דער גרימצאָרן פֿון ה׳ װאָס איז אָנגעצונדן אױף אונדז, פֿאַר װאָס אונדזערע עלטערן האָבן נישט צוגעהערט צו די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בוך, צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איז אָנגעשריבן פֿאַר אונדז.

14 איז געגאַנגען חִלקִיָהו דער כּהן, און אַחיקָם, און עַכבוֹר, און שָפָֿן, און עַשָׂיָה, צו חוּלדָה דער נבֿיאה, דער װײַב פֿון שַלום דעם זון פֿון תִּקוָה דעם זון פֿון חַרחַסן, דעם קלײדער-היטער – און זי האָט געװױנט אין ירושָלַיִם, אין צװײטן שטאָטפֿערטל – און זײ האָבן גערעדט צו איר. 15 האָט זי צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אײַך געשיקט צו מיר: 16 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער – אַלע װערטער פֿון דעם בוך װאָס דער מלך פֿון יהוּדה האָט געלײענט; 17 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן גערײכערט צו פֿרעמדע ג‑טער, כּדי מיך צו דערצערענען מיט אַלע מעשׂים פֿון זײערע הענט, דערום װעט מײַן גרימצאָרן זיך אָנצינדן אױף דעם דאָזיקן אָרט, און װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן. 18 און צו דעם מלך פֿון יהוּדה װאָס שיקט אײַך פֿרעגן בײַ ג-ט, צו אים זאָלט איר אַזױ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: װעגן די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, 19 איז, װײַל דײַן האַרץ איז װײך געװאָרן, און ביסט געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר ה׳ װען דו האָסט געהערט װאָס איך האָב גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף זײַנע באַװױנער, אַז זײ װעלן װערן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ קללה, און האָסט צעריסן דײַנע קלײדער, און האָסט געװײנט פֿאַר מיר, האָב איך אױך צוגעהערט, זאָגט ה׳. 20 דערום זע, איך זאַמל דיך אײַן צו דײַנע עלטערן, און װעסט אײַנגעזאַמלט װערן אין דײַן קבֿר בשלום, און דײַנע אױגן װעלן נישט זען דאָס גאַנצע בײז װאָס איך ברענג אױף דעם דאָזיקן אָרט. און זײ האָבן געבראַכט צום מלך דעם ענטפֿער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-