Publicidade

2 Samuel 7

1 און עס איז געװען, אַז דער מלך האָט זיך באַזעצט אין זײַן הױז, און ה׳ האָט אים באַרוט רונד אַרום פֿון אַלע זײַן פֿײַנט, 2 האָט דער מלך געזאָגט צו נָתָן דעם נבֿיא: זע נאָר, איך װױן אין אַ הױז פֿון צעדערן, און דער אָרון פֿון האלֹקים װױנט אין פֿאָרהאַנגען. 3 האָט נָתָן געזאָגט צום מלך: אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן גײ טו, װאָרעם ה׳ איז מיט דיר.

4 און עס איז געװען, אין יענער נאַכט, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו נָתָנען, אַזױ צו זאָגן: 5 גײ און זאָלסט זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דָוִדן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װילסט דו דען מיר בױען אַ הױז צום װױנען פֿאַר מיר? 6 אַז איך האָב נישט געװױנט אין אַ הױז פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נײַערט איך פֿלעג אומגײן אין אַ געצעלט און אין אַ מישכּן. 7 אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען צװישן אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צי האָב איך אַ װאָרט גערעדט מיט אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר מיר נישט געבױט אַ הױז פֿון צעדערן? 8 און אַצונד, זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דָוִדן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: איך האָב דיך גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ, פֿון הינטער די שאָף, צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק, איבער יִשׂרָאֵל. 9 און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ גרױסן נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד. 10 און איך װעל מאַכן אַן אָרט פֿאַר מײַן פֿאָלק, פֿאַר יִשׂרָאֵל, און װעל אים אײַנפֿלאַנצן, ער זאָל רוען אױף זײַן אָרט, און מער נישט ציטערן; און פֿאַרברעכער זאָלן אים מער נישט פּײַניקן אַזױ װי צוערשט, 11 פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב באַפֿױלן שוֹפֿטים איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; און איך װעל דיך באַרוען פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט. און ה׳ זאָגט דיר אָן, אַז ה׳ װעט דיר מאַכן אַ הױז. 12 אַז דײַנע טעג װעלן דערפֿילט װערן, און װעסט זיך לײגן מיט דײַנע עלטערן, װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען נאָך דיר, דעם װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה. 13 ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה ביז אױף אײביק. 14 איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, אַז װען ער פֿאַרברעכט, װעל איך אים שטראָפֿן מיט דער רוט פֿון מענטשן, און מיט די פּלאָגן פֿון מענטשנקינדער. 15 אָבער מײַן חֶסֶד װעט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן פֿון שָאולן, װעמען איך האָב אָפּגעטאָן פֿון פֿאַר דיר. 16 און דײַן הױז און דײַן מלוכה װעלן ביז אײביק זײַן זיכער פֿאַר דיר; דײַן טראָן װעט זײַן פֿעסט ביז אײביק.

17 אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע זעונג, אַזױ האָט נָתָן גערעדט צו דָוִדן.

18 און דער מלך דָוִד איז געקומען, און האָט זיך געזעצט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: װער בין איך, ה׳ דו אֲדֹנָי, און װער איז מײַן הױז, װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער? 19 און דאָס איז נאָך געװען קלײן אין דײַנע אױגן, ה׳ דו אֲדֹנָי, און דו האָסט אױך גערעדט װעגן דײַן קנעכטס הױז אױף װײַטער אַהין, װאָס דאָס איז נאָר דער שטײגער מיט אַ לײַט, ה׳ דו אֲדֹנָי. 20 און װאָס מער נאָך זאָל דָוִד רעדן צו דיר? דו קענסט דאָך דײַן קנעכט, ה׳ דו אֲדֹנָי.

21 פֿון װעגן דײַן װאָרט, און לױט דײַן האַרצן, האָסטו געטאָן, צו לאָזן װיסן דײַן קנעכט די דאָזיקע גאַנצע גדולה. 22 דעריבער ביסטו גרױס, ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָרעם נישטאָ אַזאַ װי דו, און נישטאָ קײן אלֹקים אַחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן.

23 און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װאָס ה׳ איז געגאַנגען אױסלײזן זיך צום פֿאָלק, און זיך צו מאַכן אַ נאָמען, און צו טאָן – פֿון אײַערט װעגן-גרױס, און פֿאָרכטיקע זאַכן, פֿאַר דײַן לאַנד, פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט דיר אױסגעלײזט פֿון מִצרַיִם, אומות מיט זײערע ג‑טער? 24 און דו האָסט דיר באַפֿעסטיקט דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל דיר צום פֿאָלק אױף אײביק, און דו, ה׳, ביסט געװאָרן זײ צום אלֹקים.

25 און אַצונד, ה׳ דו אלֹקים, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט װעגן דײַן קנעכט און װעגן זײַן הױז, זײַ מקײם אױף אײביק, און טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 26 און זאָל געגרײסט װערן דײַן נאָמען ביז אײביק, אַזױ צו זאָגן: ה׳ צבָֿאוֹת איז אלֹקים איבער יִשׂרָאֵל; און דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט דָוִדן זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר דיר.

27 װאָרעם דו, ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, האָסט אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון דײַן קנעכט, אַזױ צו זאָגן: איך װעל דיר בױען אַ הױז; דערום האָט דײַן קנעכט געפֿונען בײַ זיך האַרץ מתפּלל צו זײַן צו דיר די דאָזיקע תּפֿילה. 28 און אַצונד, ה׳ אֲדֹנָי, דו ביסט האלֹקים, און דײַנע װערטער מוזען זײַן אמת, און דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס; 29 דערום באַװיליק אַצונד, און בענטש דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר, װאָרעם ה׳ דו אֲדֹנָי האָסט גערעדט; און פֿון דײַן ברכה זאָל דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט געבענטשט װערן אױף אײביק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-