Publicidade

2 Samuel 8

1 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִד געשלאָגן די פּלִשתּים, און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק, און דָוִד האָט צוגענומען מֶתֶג-אַמָה פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

2 און ער האָט געשלאָגן מוֹאָבֿ, און האָט זײ געמאָסטן מיט אַ שנור, זײ אױסלײגנדיק אױף דער ערד; און ער האָט אָפּגעמאָסטן צװײ שנורן צו טײטן, און אײן פֿולע שנור צו לאָזן לעבן. און מוֹאָבֿ איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה.

3 און דָוִד האָט געשלאָגן הַדַדעֶזֶר דעם זון פֿון רחוֹבֿן, דעם מלך פֿון צוֹבֿה, בעת ער איז געגאַנגען צוריקקריגן זײַן אײבערהאַנט בײַם טײַך פּרָת. 4 און דָוִד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט און זיבן הונדערט רײַטער, און צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער; און דָוִד האָט געלײמט אַלע געשפּאַנען, נאָר איבערגעלאָזט פֿון זײ הונדערט געשפּאַן.

5 איז אַרָם פֿון דַמֶשֶׂק געקומען העלפֿן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, און דָוִד האָט געשלאָגן פֿון אַרָם צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן.

6 און דָוִד האָט געשטעלט װאַכן אין אַרָם פֿון דַמֶשֶׂק, און אַרָם איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה.

און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.

7 און דָוִד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס זײַנען געװען אױף הַדַדעֶזֶרס קנעכט, און ער האָט זײ געבראַכט קײן ירושָלַיִם. 8 און פֿון בֶטַח און פֿון בֵרוֹתַי, הַדַדעֶזֶרס שטעט, האָט דער מלך דָוִד צוגענומען קופּער זײער פֿיל.

9 און תּוֹעִי דער מלך פֿון חַמָת האָט געהערט אַז דָוִד האָט געשלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון הַדַדעֶזֶרן, 10 און תּוֹעִי האָט געשיקט זײַן זון יוֹרָמען צום מלך דָוִד, אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים אָנצוּװינטשן, פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט הַדַדעֶזֶרן, און אים געשלאָגן, װאָרעם הַדַדעֶזֶר האָט געהאַט מלחמה מיט תּוֹעִין; און ער האָט געבראַכט מיט זיך זילבערנע כּלים און גילדערנע כּלים און קופּערנע כּלים. 11 זײ אױך האָט דער מלך דָוִד געהײליקט צו ה׳, מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט געהײליקט פֿון אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט באַצװוּנגען: 12 פֿון אַרָם, און פֿון מוֹאָבֿ, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים, און פֿון עַמָלֵק, און פֿון דעם רױב פֿון הַדַדעֶזֶר דעם זון פֿון רחוֹבֿן, דעם מלך פֿון צוֹבֿה.

13 און דָוִד האָט זיך געמאַכט אַ שם, װען ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן אַרָם אין טאָל פֿון זאַלץ – אַכצן טױזנט מאַן. 14 און ער האָט געשטעלט װאַכן אין אֶדוֹם; אין גאַנץ אֶדוֹם האָט ער געשטעלט װאַכן. און גאַנץ אֶדוֹם איז געװאָרן קנעכט צו דָוִדן. און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען. 15 און דָוִד האָט געקיניגט איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. און דָוִד האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט צו זײַן גאַנצן פֿאָלק.

16 און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער; 17 און צָדוֹק דער זון פֿון אַחיטובֿן, און אַחימֶלֶך דער זון פֿון אֶבֿיָתָרן, כּהנים; און שׂרָיָה, דער שרײַבער; 18 און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און די פּלֵתים; און די זין פֿון דָוִדן זײַנען געװען אױפֿזעערס.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-