Publicidade

2 Samuel 6

1 און דָוִד האָט װידער אײַנגעזאַמלט אַלע געקליבענע אין יִשׂרָאֵל, דרײַסיק טױזנט מאַן. 2 און דָוִד איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען מיט דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט אים פֿון בַעַלֵי-יהוּדה, אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון האלֹקים, װאָס אױף אים װערט גערופֿן דער נאָמען – דער נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס זיצט אױף די כּרובֿים. 3 און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון האלֹקים אױף אַ נײַעם װאָגן, און האָבן אים אַװעקגענומען פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז װאָס אין גִבֿעָה. און עוּזאָ און אַחיוֹ די זין פֿון אַבֿינָדָבֿן האָבן געפֿירט דעם נײַעם װאָגן. 4 און אַז זײ האָבן אים אַװעקגענומען פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז װאָס אין גִבֿעָה, מיט דעם אָרון פֿון האלֹקים, איז אַחיוֹ געגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן אָרון. 5 און דָוִד און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשפּילט פֿאַר ה׳ אױף אַלערלײ ציפּרעסנהאָלץ, און אױף האַרפֿן, און אױף גיטאַרן, און אױף פּױקן, און אױף קלעפּערלעך, און אױף צימבלען.

6 און װי זײ זײַנען געקומען ביזן דרעש-שײַער פֿון נָכון, האָט עוּזאָ אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון פֿון האלֹקים, און האָט אים אָנגענומען, װאָרעם די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט. 7 האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױף עוּזָהן, און ה׳ האָט אים דאָרטן געשלאָגן פֿאַר דעם פֿאַרזע. און ער איז דאָרטן געשטאָרבן לעבן דעם אָרון פֿון האלֹקים.

8 און דָוִדן האָט געערגערט פֿאַר װאָס ה׳ האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוּזָהן. און מע רופֿט יענעם אָרט פֶּרֶץ-עוּזָה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 9 און דָוִד האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳ יענעם טאָג, און ער האָט געזאָגט: װי אַזױ זאָל דער אָרון פֿון ה׳ קומען צו מיר?

10 און דָוִד האָט נישט געװאָלט אָפּקערן דעם אָרון פֿון ה׳ צו זיך אין דָוִדס-שטאָט, און דָוִד האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת. 11 און דער אָרון פֿון ה׳ איז געבליבן אין הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת דרײַ חדשים. און ה׳ האָט געבענטשט עוֹבֿד-אֶדוֹמען און זײַן גאַנץ הױז.

12 איז דערצײלט געװאָרן דעם מלך דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען און אַלץ װאָס געהערט צו אים, פֿון װעגן דעם אָרון פֿון האלֹקים. איז דָוִד געגאַנגען, און האָט אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז אין דָוִדס-שטאָט, מיט אַ שׂימחה. 13 און עס איז געװען, װי די טרעגערס פֿון דעם אָרון פֿון ה׳ זײַנען אָפּגעגאַנגען זעקס טריט, אַזױ האָט ער געשלאַכט אַן אָקס און אַ געשטאָפּט רינד. 14 און דָוִד האָט געטאַנצט מיטן גאַנצן כּוֹח פֿאַר ה׳; און דָוִד איז געװען אָנגעגורט אין אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. 15 און דָוִד און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ מיט שאַלונג און מיט אַ קֹול פֿון שופֿר.

16 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ איז געקומען אין דָוִדס-שטאָט, אַזױ האָט מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און האָט געזען דעם מלך דָוִדן טאַנצן און שפּרינגען פֿאַר ה׳, און זי האָט אים פֿאַראַכט אין איר האַרצן.

17 און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און האָבן אים אַװעקגעשטעלט אױף זײַן אָרט, אין דעם געצעלט װאָס דָוִד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט. און דָוִד האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר ה׳. 18 און אַז דָוִד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און די פֿרידאָפּפֿער, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין דעם נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת. 19 און ער האָט אױסגעטײלט דעם גאַנצן פֿאָלק, דעם גאַנצן המון פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ חלה ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געגאַנגען איטלעכער צו זײַן הױז.

20 און דָוִד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט. איז מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעגאַנגען דָוִדן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ כּבֿוד האָט זיך הײַנט אָנגעטאָן דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װען ער האָט זיך הײַנט אָפּגעדעקט פֿאַר די אױגן פֿון די דינסטן פֿון זײַנע קנעכט, אַזױ װי אָפּדעקן דעקט זיך אָפּ אײנער פֿון די נישטװערטיקע! 21 האָט דָוִד געזאָגט צו מִיכלען: פֿאַר ה׳ װאָס האָט אױסדערװײלט מיך אײדער דײַן פֿאָטער און אײדער דײַן גאַנץ הױז, מיך צו באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער דעם פֿאָלק פֿון ה׳, איבער יִשׂרָאֵל – פֿאַר ה׳ װעל איך מיך פֿרײלעך מאַכן. 22 און איך װעל זיך נאָך קלענער האַלטן װי דאָס, און װעל זײַן שָפֿל אין מײַנע אױגן. און מיט די דינסטן װאָס דו זאָגסט, מיט זײ טו איך זיך אָן כּבֿוד.

23 און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן, זי האָט נישט געהאַט קײן קינד ביז דעם טאָג פֿון איר טױט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-