1 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִד געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אין אײנער פֿון די שטעט פֿון יהוּדה? האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ אַרױף. האָט דָוִד געזאָגט: װוּהין זאָל איך אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: קײן חֶבֿרוֹן.
2 איז דָוִד אַרױפֿגעגאַנגען אַהין, און אױך זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעַם פֿון יִזרְעֶאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמֶל. 3 און זײַנע מענטשן װאָס מיט אים האָט דָוִד אַרױפֿגעבראַכט, איטלעכס מיט זײַן הױזגעזינט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון חֶבֿרוֹן. 4 און די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געקומען, און האָבן דאָרטן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער דעם הױז פֿון יהוּדה.
האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: די מענטשן פֿון יָבֵֿש-גִלעָד זײַנען די װאָס האָבן באַגראָבן שָאולן. 5 האָט דָוִד געשיקט שלוחים צו די מענטשן פֿון יָבֵֿש-גִלעָד, און זײ געלאָזט זאָגן: געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון ה׳, װאָס איר האָט געטאָן דעם דאָזיקן חֶסֶד מיט אײַער האַר, מיט שָאולן, און האָט אים באַגראָבן. 6 און אַצונד, זאָל ה׳ טאָן מיט אײַך חֶסֶד און טרײַשאַפֿט; און אױך איך װעל אײַך אָפּטאָן די דאָזיקע טובֿה, װאָס איר האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך. 7 און אַצונד, זאָלן שטאַרק זײַן אײַערע הענט, און זײַט העלדישע יונגען; װאָרעם אײַער האַר שָאול איז טױט, און אױך האָט מיך דאָס הױז פֿון יהוּדה געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער זײ.
8 און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, דער חיל-לידער פֿון שָאולן, האָט גענומען איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און האָט אים אַריבערגעפֿירט קײן מַחנַיִם. 9 און ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גִלעָד, און איבער דעם אשורי, און איבער יִזרְעֶאל און איבער אפֿרים, און איבער בנימין, און איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל.
10 פֿערציק יאָר איז אַלט געװען איש-בוֹשֶת דער זון פֿון שָאולן, אַז ער איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט. אָבער דאָס הױז פֿון יהוּדה איז געװען הינטער דָוִדן. 11 און די צאָל פֿון די טעג װאָס דָוִד איז געװען מלך אין חֶבֿרוֹן איבער דעם הױז פֿון יהוּדה, איז געװען זיבן יאָר און זעקס חדשים.
12 און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, און די קנעכט פֿון איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מַחנַיִם קײן גִבֿעוֹן. 13 אױך יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן, און די קנעכט פֿון דָוִדן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן זיך צונױפֿגעטראָפֿן מיט זײ אין אײנעם בײַם טײַך פֿון גִבֿעוֹן, און די האָבן זיך געזעצט פֿון דער זײַט טײַך, און די פֿון יענער זײַט טײַך. 14 און אַבֿנֵר האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זאָלן אַקאָרשט די יונגען אױפֿשטײן, און אַ שטיף טאָן פֿאַר אונדז. האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָלן זײ אױפֿשטײן.
15 זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען מיט אַ צאָל, צװעלף פֿאַר בנימין, און פֿאַר איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און צװעלף פֿון דָוִדס קנעכט. 16 און זײ האָבן אָנגענומען אײנער דעם אַנדערן פֿאַרן קאָפּ, מיט זײַן שװערד צום אַנדערנס זײַט, ביז זײ זײַנען געפֿאַלן אין אײנעם. און מע האָט גערופֿן יענעם אָרט חֶלְקַת-הַצֻּרִים, װאָס איז גִבֿעוֹן.
17 און די מלחמה איז געװען זײער אַ שװערע אין יענעם טאָג, און אַבֿנֵר און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן.
18 און דאָרטן זײַנען געװען צרוּיָהס דרײַ זין, יוֹאָבֿ, און אַבֿישַי און עַשָׂהאֵל; און עַשָׂהאֵל איז געװען פֿלינק אױף זײַנע פֿיס, אַזױ װי אײנער פֿון די הינדן װאָס אין פֿעלד. 19 האָט עַשָׂהאֵל נאָכגעיאָגט אַבֿנֵרן, און ער האָט זיך נישט אָפּגענײגט פֿון הינטער אַבֿנֵרן צו גײן רעכטס אָדער לינקס. 20 האָט אַבֿנֵר זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, עַשָׂהאֵל? האָט ער געזאָגט: איך. 21 האָט אַבֿנֵר צו אים געזאָגט: קער זיך צו דײַן רעכטער זײַט אָדער צו דײַן לינקער, און כאַפּ דיר אָן אײנעם פֿון די יונגען, און נעם דיר זײַן געװער. אָבער עַשָׂהאֵל האָט זיך נישט געװאָלט אָפּקערן פֿון הינטער אים. 22 האָט אַבֿנֵר װידער געזאָגט צו עַשָׂהאֵלן: קער דיך אָפּ פֿון הינטער מיר; נאָך װאָס זאָל איך דיך שלאָגן צו דער ערד? און װי װעל איך אױפֿהײבן מײַן פּנים צו דײַן ברודער יוֹאָבֿן? 23 אָבער ער האָט זיך נישט געװאָלט אָפּקערן, און אַבֿנֵר האָט אים אַ זעץ געטאָן מיטן אונטערשטן טײל פֿון שפּיז אין בױך, ביז דער שפּיז איז אים אַרױס פֿון הינטן; און ער איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן אױפֿן אָרט. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס איז געקומען צו דעם אָרט װאָס עַשָׂהאֵל איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן, האָט זיך אָפּגעשטעלט.
24 האָבן יוֹאָבֿ און אַבֿישַי נאָכגעיאָגט אַבֿנֵרן, און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, זײַנען זײ געקומען ביזן בערגל אַמָה װאָס פֿאַר גיחַ, אױפֿן װעג צום מדבר פֿון גִבֿעוֹן. 25 און די קינדער פֿון בנימין האָבן זיך אײַנגעזאַמלט הינטער אַבֿנֵרן, און זײ זײַנען געװאָרן צו אײן בונד; און זײ האָבן זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ פֿון אַ בערגל.
26 האָט אַבֿנֵר גערופֿן צו יוֹאָבֿן, און האָט געזאָגט: זאָל דען אײביק פֿאַרצערן די שװערד? װײסטו דען נישט אַז ביטער װעט זײַן צום סוף? און ביז װאַנען װעסטו נישט הײסן דעם פֿאָלק זיך אומקערן פֿון הינטער זײערע ברידער? 27 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: אַזױ װי האלֹקים לעבט, אַז װען דו װאָלסט נישט גערעדט, װאָלט ערשט אין דער פֿרי דאָס פֿאָלק אָפּגעטרעטן אײנער פֿון הינטערן אַנדערן.
28 און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אָפּגעשטעלט, און זײ האָבן מער נישט נאָכגעיאָגט יִשׂרָאֵל, און האָבן מער װײַטער נישט מלחמה געהאַלטן.
29 און אַבֿנֵר און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען דורכן פּלױן יענע גאַנצע נאַכט, און זײ זײַנען אַריבער דעם יַרדן, און דורכגעגאַנגען גאַנץ בִתרון, און געקומען קײן מַחנַיִם.
30 און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער אַבֿנֵרן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק; האָבן געפֿעלט פֿון דָוִדס קנעכט נײַנצן מאַן און עַשָׂהאֵל. 31 און דָוִדס קנעכט האָבן געשלאָגן פֿון בנימין, צװישן אַבֿנֵרס מענטשן – דרײַ הונדערט און זעכציק מאַן זײַנען געבליבן טױט.
32 און עַשָׂהאֵלן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן, און האָבן אים באַגראָבן אין קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער װאָס אין בֵית-לֶחֶם. און יוֹאָבֿ און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און זײ איז ליכטיק געװאָרן אין חֶבֿרוֹן.