1 און דאָרטן האָט זיך געטראָפֿן אַ נידערטרעכטיקער מאַן װאָס זײַן נאָמען איז געװען שֶבַֿע דער זון פֿון בִכרין, אַ מאַן אַ בנימינער; האָט ער געבלאָזן אין שופֿר, און האָט געזאָגט: מיר האָבן נישט קײן חלק אין דָוִדן, און מיר האָבן נישט קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשַין. איטלעכער צו זײַנע געצעלטן, יִשׂרָאֵל!
2 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון הינטער דָוִדן נאָך שֶבַֿע דעם זון פֿון בִכרין, נאָר די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געװען באַהעפֿט אָן זײער מלך, פֿון יַרדן און ביז ירושָלַיִם.
3 און דָוִד איז געקומען אין זײַן הױז אין ירושָלַיִם; און דער מלך האָט גענומען די צען קעפּסװײַבער װאָס ער האָט געלאָזן צו היטן דאָס הױז, און ער האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין אַ װאַכהױז, און האָט זײ אױסגעהאַלטן, אָבער ער איז צו זײ נישט געקומען. און זײ זײַנען געװען אײַנגעשפּאַרט ביז דעם טאָג פֿון זײער טױט, לעבעדיקע אַלמנות.
4 און דער מלך האָט געזאָגט צו עַמָשׂאָן: רוף מיר צונױף די מענער פֿון יהוּדה אין דרײַ טעג, דערנאָך שטעל זיך דו דאָ.
5 איז עַמָשׂא געגאַנגען צונױפֿרופֿן יהוּדה, און ער האָט זיך געזאַמט איבער דער צײַט װאָס ער האָט אים געשטעלט. 6 האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿישַין: אַצונד װעט אונדז שֶבַֿע דער זון פֿון בִכרין אָנטאָן מער שלעכטס װי אַבֿשָלום. דו נעם די קנעכט פֿון דײַן האַר, און יאָג אים נאָך, טאָמער געפֿינט ער באַפֿעסטיקטע שטעט, און װעט זיך אַרױסמאַכן פֿון אונדזערע אױגן.
7 זײַנען אַרױסגעגאַנגען הינטער אים די מענטשן פֿון יוֹאָבֿן, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, און אַלע גיבוֹרים, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם נאָכצוּיאָגן שֶבַֿע דעם זון פֿון בִכרין. 8 װי זײ זײַנען בײַם גרױסן שטײן װאָס אין גִבֿעוֹן, אַזױ איז עַמָשׂא אָנגעקומען אַנטקעגן זײ. און יוֹאָבֿ איז געװען אָנגעגורט אין זײַן װאַפֿנקלײד, און דערױף איז געװען אַ גאַרטל מיט אַ שװערד באַהעפֿט צו זײַנע לענדן אין איר שײד; און װי ער איז אַרױסגעגאַנגען, אַזױ איז זי אַרױסגעפֿאַלן.
9 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צו עַמָשׂאָן: איז פֿריד צו דיר, מײַן ברודער? און יוֹאָבֿס רעכטע האַנט האָט אָנגענומען עַמָשׂאָן פֿאַרן באָרד, כּדי אים צו קושן. 10 און עַמָשׂא האָט זיך נישט געהיט פֿאַר דער שװערד װאָס אין יוֹאָבֿס האַנט; האָט ער אים אַ זעץ געטאָן מיט איר אין בױך, און אַרױסגעלאָזט זײַנע אינגעװײד אױף דער ערד, און נישט געדאַרפֿט אים טאָן אַ צװײטן; און ער איז געשטאָרבן. און יוֹאָבֿ און זײַן ברודער אַבֿישַי האָבן נאָכגעיאָגט שֶבַֿע דעם זון פֿון בִכרין. 11 און אַ מאַן פֿון יוֹאָבֿס יונגען איז געשטאַנען איבער אים, און האָט געזאָגט: װער עס װיל יוֹאָבֿן, און װער עס איז פֿאַר דָוִדן, הינטער יוֹאָבֿן! 12 און עַמָשׂא האָט זיך געקײַקלט אין בלוט אױפֿן מיטן װעג; האָט דער מאַן געזען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אָפּגעשטעלט, און ער האָט אָפּגעדרײט עַמָשׂאָן פֿון װעג אױפֿן פֿעלד, און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף אים אַ בגד, װען ער האָט געזען אַז איטלעכער װאָס איז צוגעקומען לעבן אים, האָט זיך אָפּגעשטעלט.
13 אַז ער איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿון װעג, איז איטלעכער געגאַנגען הינטער יוֹאָבֿן, נאָכצוּיאָגן שֶבַֿע דעם זון פֿון בִכרין.
14 און ער איז דורכגעגאַנגען דורך אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל ביז אָבֿל און בֵית-מעכה, און אַלע בֵרִים; און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײַנען אױך געגאַנגען הינטער אים. 15 און זײ זײַנען געקומען און האָבן געלעגערט אױף אים אין אָבֿל פֿון בֵית-מעכָה, און זײ האָבן אָנגעשאָטן אַן ערדװאַל אַרום דער שטאָט, און עס איז געשטאַנען אין דעם פֿעסטונגגראָבן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט יוֹאָבֿן האָבן געהאַלטן אין צעשטערן, כּדי אײַנצוּװאַרפֿן די מױער.
16 האָט אַ קלוגע פֿרױ גערופֿן פֿון דער שטאָט: הערט! הערט! זאָגט, איך בעט אײַך, צו יוֹאָבֿן: גענען ביז אַהער, און איך װעל רעדן צו דיר.
17 האָט ער גענענט צו איר, און די פֿרױ האָט געזאָגט: ביסט דו יוֹאָבֿ? האָט ער געזאָגט: איך. האָט זי צו אים געזאָגט: הער די װערטער פֿון דײַן דינסט. האָט ער געזאָגט: איך הער. 18 האָט זי געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: רעדן האָט מען געזאָלט רעדן צוערשט, אַזױ צו זאָגן, פֿרעגן האָט מען געזאָלט פֿרעגן בײַ אָבֿל, און אַזױ אַרום װאָלט מען אָפּגעענדיקט. 19 מיר זײַנען פֿרידלעכע געטרײַע פֿון יִשׂרָאֵל; װילסטו טײטן אַ שטאָט און אַ מוטער אין יִשׂרָאֵל? נאָך װאָס זאָלסטו אומברענגען די נחלה פֿון ה׳? 20 האָט יוֹאָבֿ געענטפֿערט און געזאָגט: חלילה, חלילה מיר, אױב איך װעל אומברענגען און אױב איך װעל צעשטערן! 21 נישט אַזױ איז די זאַך; נײַערט אַ מאַן פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז שֶבַֿע דער זון פֿון בִכרין, האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך, אַקעגן דָוִדן. גיט אַרױס אים אַלײן, און איך װעל אַװעקגײן פֿון דער שטאָט. האָט די פֿרױ געזאָגט צו יוֹאָבֿן: אָט װערט דיר זײַן קאָפּ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון דער מױער.
22 און די פֿרױ איז געקומען צו דעם גאַנצן פֿאָלק מיט איר חכמה, און זײ האָבן אָפּגעשניטן דעם קאָפּ פֿון שֶבַֿע דעם זון פֿון בִכרין, און אַראָפּגעװאָרפֿן צו יוֹאָבֿן. און ער האָט געבלאָזן אין שופֿר, און זײ האָבן זיך צעשפּרײט פֿון דער שטאָט, איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם צום מלך.
23 און יוֹאָבֿ איז געװען איבער דעם גאַנצן חיל פֿון יִשׂרָאֵל; און בנָיָה דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און איבער די פּלֵתים;
24 און אַדוֹרם, איבער דעם צינדז; און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער; 25 און שוָא, דער שרײַבער; און צָדוֹק און אֶבֿיָתָר, כּהנים. 26 און אױך עִיראָ פֿון יָאיר איז געװען אַן אײבערמאַן בײַ דָוִדן.