Publicidade

2 Samuel 22

1 און דָוִד האָט גערעדט צו ה׳ די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג, אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער האַנט פֿון שָאולן. 2 און ער האָט געזאָגט:

ה׳ איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,

און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;

3 אלֹקים מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים,

מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף,

מײַן טורעם און מײַן אַנטרינונג,

מײַן העלפֿער, װאָס העלפֿסט מיך פֿון אומרעכט.

4 איך רוף; ברוך ה׳!

און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.

5 װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט,

טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;

6 שטריק פֿון שְׁאֹול האָבן מיך אַרומגענומען,

אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.

7 האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו ה׳,

יאָ, צו מײַן ג-ט האָב איך גערופֿן,

און ער האָט געהערט פֿון זײַן הֵיכל מײַן קֹול,

און מײַן געשרײ אין זײַנע אױערן.

8 און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד.

די גרונטפֿעסטן פֿון הימל האָבן געציטערט;

זײ האָבן זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט;

9 אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז,

און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט;

קױלן האָבן געברענט פֿון אים.

10 און ער האָט גענײגט דעם הימל און גענידערט,

מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.

11 און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן,

און זיך באַװיזן אױף פֿליגלען פֿון װינט.

12 און ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש פֿאַר בײַדלעך אַרום אים;

אַ זאַמלונג פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.

13 פֿון דעם שימער פֿאַר אים

האָבן פֿײַערקױלן געברענט.

14 געדונערט פֿון הימל האָט ה׳,

און עליון האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול.

15 און ער האָט אַרױסגעשיקט פֿײַלן און זײ צעשפּרײט,

אַ בליץ – און זײ פֿאַרטומלט.

16 און די גראָבנס פֿון ים האָבן זיך באַװיזן,

די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן,

דורך דעם אָנגעשרײ פֿון ה׳,

פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון זײַן נאָז.

17 ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען,

מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.

18 ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט,

פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.

19 זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך,

אָבער ה׳ איז מיר אַן אָנלען געװען.

20 ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש,

מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.

21 ה׳ פֿאַרגעלט מיך לױט מײַן גערעכטיקײט,

לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט קערט ער מיר אום.

22 װאָרעם איך האָב געהיט די װעגן פֿון ה׳,

און נישט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן ג-ט.

23 װאָרעם אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר,

און זײַנע חוקים, דערפֿון קער איך נישט אָפּ.

24 און איך בין געװען צו אים גאַנץ,

און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.

25 דערום האָט מיר אומגעקערט ה׳ לױט מײַן גערעכטיקײט,

לױט מײַן רײנקײט פֿאַר זײַנע אױגן.

26 מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק,

מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.

27 מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן,

און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.

28 און דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן,

און דײַנע אױגן זײַנען אױף די הױכע,

דו זאָלסט זײ דערנידערן.

29 װאָרעם דו ביסט מײַן ליכט ה׳,

און ה׳ באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.

30 װאָרעם מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה,

מיט מײַן ג-ט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.

31 הָאֵל – זײַן װעג איז גאַנץ;

דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געלײַטערט,

ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.

32 װאָרעם װער איז אַן אֵל אױסער ה׳,

און װער אַ פֿעלדז אױסער אלוקינו?

33 הָאֵל װאָס איז מײַן שטאַרקע פֿעסטונג,

און לאָזט גײן גלײַך מײַן װעג.

34 ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן,

און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.

35 ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה,

און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.

36 און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף,

און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.

37 דערברײטערסט מײַן טריט אונטער מיר,

און נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.

38 איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ פֿאַרטיליקט,

און זיך נישט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.

39 יאָ, איך האָב זײ פֿאַרלענדט און זײ צעהאַקט,

אַז זײ קענען נישט אױפֿשטײן;

און זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.

40 און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה,

האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.

41 און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר,

מײַנע שָׂונאים איך זאָל זײ פֿאַרשנײַדן.

42 זײ האָבן זיך אומגעקוקט, און נישט געװען קײן העלפֿער,

צו ה׳ – און ער האָט זײ נישט געענטפֿערט.

43 און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿון דער ערד,

װי גאַסנקױט זײ צעדריקט, זײ צעטרעטן.

44 און האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון מײַן פֿאָלק,

מיך געהיט אױף צו װערן דער קאָפּ פֿון די אומות;

אַ פֿאָלק װאָס איך קען נישט, טוט מיר דינען.

45 די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר,

פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר.

46 די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט,

און קומען הינקענדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.

47 עס לעבט ה׳, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז,

און דערהױבן איז אלֹקים דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;

48 הָאֵל װאָס גיט מיר נקמות,

און מאַכט נידערן די אומות אונטער מיר,

49 און ציט מיך אַרױס פֿון מײַנע פֿײַנט;

יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך,

פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.

50 דערום לױב איך דיך, ה׳, צװישן די פֿעלקער,

און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.

51 אַ טורעם פֿון הילף איז ער פֿאַר זײַן מלך,

און ער טוט חֶסֶד מיט זײַן געזאַלבטן,

מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-