Publicidade

2 Samuel 3

1 און די מלחמה איז געװען אַ לאַנגע צװישן דעם הױז פֿון שָאולן און צװישן דעם הױז פֿון דָוִדן. און דָוִד איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער, און דאָס הױז פֿון שָאולן איז געװאָרן אַלץ שװאַכער.

2 און בײַ דָוִדן זײַנען געבאָרן געװאָרן זין אין חֶבֿרוֹן, און זײַן בכוֹר איז געװען אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעַמען פֿון יִזרְעֶאל; 3 און דער צװײטער פֿון אים, כִּלאָבֿ, פֿון אַבֿיגַיִל דער װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמֶל; און דער דריטער, אַבֿשָלום, דער זון פֿון מַעֲכָה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור; 4 און דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה, דער זון פֿון חַגיתן; און דער פֿינפֿטער שפֿטיָה דער זון פֿון אַבֿיטַלן; 5 און דער זעקסטער, יִתרְעָם פֿון דָוִדס װײַב עֶגלָהן. די דאָזיקע זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ דָוִדן אין חֶבֿרוֹן.

6 און עס איז געװען, װען די מלחמה איז געװען צװישן דעם הױז פֿון שָאולן און צװישן דעם הױז פֿון דָוִדן, האָט אַבֿנֵר זיך געהאַלטן אָן דעם הױז פֿון שָאולן.

7 און שָאול האָט געהאַט אַ קעפּסװײַב װאָס איר נאָמען איז געװען רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן. האָט געזאָגט צו אַבֿנֵרן: פֿאַר װאָס ביסטו געקומען צו מײַן פֿאָטערס קעפּסװײַב? 8 האָט אַבֿנֵרן זײער געברענט אױף די װערטער פֿון איש-בוֹשֶתן, און ער האָט געזאָגט: בין איך דען אַ הונטסקאָפּ פֿון יהוּדה? איך טו הײַנט צו טאָג חֶסֶד מיט דעם הױז פֿון דײַן פֿאָטער שָאולן, צו זײַנע אײגענע און צו זײַנע גוטע פֿרײַנט, און איך האָב דיך נישט איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון דָוִדן, און דו װאַרפֿסט מיר הײַנט פֿאַר אַ זינד מיט דער פֿרױ. 9 זאָל אלֹקים טאָן צו אַבֿנֵרן אַזױ און נאָך מער, אַז אַזױ װי ה׳ האָט געשװאָרן צו דָוִדן, אַזױ װעל איך אים טאָן, 10 אַריבערצוטראָגן די מלוכה פֿון שָאולס הױז, און אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון דָוִדן איבער יִשׂרָאֵל און איבער יהוּדה, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע! 11 און ער האָט מער אַ װאָרט נישט געקענט ענטפֿערן אַבֿנֵרן, פֿון זײַן מורא פֿאַר אים.

12 און אַבֿנֵר האָט אױפֿן אָרט געשיקט שלוחים צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: בײַ װעמען איז דאָס לאַנד? אַזױ צו זאָגן: שליס דײַן ברית מיט מיר, און אָט איז מײַן האַנט מיט דיר איבערצודרײען צו דיר גאַנץ יִשׂרָאֵל. 13 האָט ער געזאָגט: גוט, איך װעל שליסן מיט דיר אַ ברית, אָבער אײן זאַך פֿאַרלאַנג איך פֿון דיר, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט זען מײַן פּנים, סײַדן דו ברענגסט צוגלײַך מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן, װען דו קומסט זען מײַן פּנים.

14 און דָוִד האָט געשיקט שלוחים צו איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, אַזױ צו זאָגן: גיב מיר מײַן װײַב מִיכלען, װאָס איך האָב פֿאַרקנאַסט צו מיר מיט הונדערט פֿאָרהױטן פֿון די פּלִשתּים.

15 האָט איש-בוֹשֶת געשיקט, און האָט זי אָפּגענומען פֿון דעם מאַן, פֿון פַּלטיאֵל דעם זון פֿון לַיִשן. 16 און איר מאַן איז געגאַנגען מיט איר, געגאַנגען נאָך איר און געװײנט ביז בחורים. האָט אַבֿנֵר צו אים געזאָגט: גײ קער זיך אום; און ער האָט זיך אומגעקערט.

17 און אַבֿנֵר האָט געהאַט אַ גערײד מיט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן האָט איר באַגערט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער אײַך. 18 און אַצונד טוט; װאָרעם ה׳ האָט געזאָגט אױף דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דורך דער האַנט פֿון דָוִד מײַן קנעכט װעל איך העלפֿן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿײַנט.

19 און אַבֿנֵר האָט אױך גערעדט אין די אױערן פֿון בנימין. און אַבֿנֵר איז אױך געגאַנגען דערצײלן אין די אױערן פֿון דָוִדן אין חֶבֿרוֹן אַלץ װאָס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון יִשׂרָאֵל, און אין די אױגן פֿון גאַנצן הױז פֿון בנימין. 20 און אַבֿנֵר איז געקומען צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, און צװאַנציק מאַן מיט אים. און דָוִד האָט געמאַכט פֿאַר אַבֿנֵרן און פֿאַר די מענטשן װאָס מיט אים אַ מאָלצײַט. 21 און אַבֿנֵר האָט געזאָגט צו דָוִדן: איך װעל אױפֿשטײן און װעל גײן, און איך װעל אײַנזאַמלען צו מײַן האַר דעם מלך גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ װעלן שליסן מיט דיר אַ ברית, און װעסט קיניגן װי װײַט דײַן האַרץ געלוסט. און דָוִד האָט אַװעקגעשיקט אַבֿנֵרן, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.

22 ערשט די קנעכט פֿון דָוִדן און יוֹאָבֿ זײַנען אָנגעקומען פֿון אַן אָנפֿאַל, און זײ האָבן געבראַכט מיט זיך פֿיל רױב; און אַבֿנֵר איז שױן נישט געװען בײַ דָוִדן אין חֶבֿרוֹן, װײַל ער האָט אים אַװעקגעשיקט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום. 23 און װי יוֹאָבֿ און דער גאַנצער חיל װאָס מיט אים זײַנען אָנגעקומען, האָט מען דערצײלט יוֹאָבֿן, אַזױ צו זאָגן: אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן איז געקומען צום מלך, און ער האָט אים אַװעקגעשיקט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.

24 איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך, און האָט געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? אָט איז אַבֿנֵר געקומען צו דיר; אַלמַאי האָסטו אים אָפּגעלאָזט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען? 25 דו קענסט אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן, אַז דיך צו פֿאַרנאַרן איז ער געקומען, און געװאָר צו װערן װוּ אױס און װוּ אײַן בײַ דיר, און געװאָר צו װערן אַלץ װאָס דו טוסט.

26 און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דָוִדן, און ער האָט געשיקט שלוחים נאָך אַבֿנֵרן, און זײ האָבן אים אומגעקערט פֿון בור-סירה; און דָוִד האָט נישט געװוּסט.

27 און װי אַבֿנֵר האָט זיך אומגעקערט קײן חֶבֿרוֹן, אַזױ האָט אים יוֹאָבֿ אָפּגענײגט אינעװײניק אין טױער, כּדי צו רעדן מיט אים שטילערהײט, און ער האָט אים דאָרטן געשלאָגן אין בױך, און ער איז געשטאָרבן, פֿאַר דעם בלוט פֿון זײַן ברודער עַשָׂהאֵלן.

28 און דָוִד האָט עס דערנאָך געהערט, און ער האָט געזאָגט: רײן בין איך און מײַן מלוכה פֿאַר ה׳ אױף אײביק פֿון דעם בלוט פֿון אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן. 29 זאָל עס פֿאַלן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן, און אױפֿן גאַנצן הױז פֿון זײַן פֿאָטער, און זאָל נישט אױסגײן פֿון יוֹאָבֿס הױז אַ פֿלוסיקער און אַ קרעציקער, און דער װאָס האַלט זיך אױף אַ שטעקן, און דער װאָס פֿאַלט דורכן שװערד און דער װאָס אים פֿעלט ברױט.

30 און יוֹאָבֿ און אַבֿישַי זײַן ברודער האָבן געהרגעט אַבֿנֵרן פֿאַר װאָס ער האָט געטײט זײער ברודער עַשָׂהאֵלן אין גִבֿעוֹן אין דער מלחמה.

31 און דָוִד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן און צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט אים: צערײַסט אײַערע קלײדער, און גורט אָן זאַק, און קלאָגט פֿאַרױס פֿאַר אַבֿנֵרן. און דער מלך דָוִד איז געגאַנגען נאָך דער מיטה.

32 און זײ האָבן באַגראָבן אַבֿנֵרן אין חֶבֿרוֹן. 33 און דער מלך האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול, און האָט געװײנט אױף אַבֿנֵרס קבֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט מיטגעװײנט. און דער מלך האָט געקלאָגט אױף אַבֿנֵרן, און האָט געזאָגט:

זאָל אַבֿנֵר שטאַרבן װי אַ נידערטרעכטיקער שטאַרבט?

34 דײַנע הענט זײַנען נישט געבונדן געװען,

און דײַנע פֿיס נישט אין קײטן געשמידט;

װי מע פֿאַלט פֿאַר פֿאַרברעכער ביסטו געפֿאַלן.

און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט װידער געװײנט אױף אים.

35 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען צו געבן עסן דָוִדן ברױט װען עס איז נאָך געװען טאָג, אָבער דָוִד האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב איך װעל פֿאַרזוכן ברױט אָדער עפּעס װאָס עס איז, אײדער די זון גײט אונטער! 36 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געמערקט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײערע אױגן; אַלץ װאָס דער מלך האָט געטאָן איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק. 37 און דאָס גאַנצע פֿאָלק און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געװוּסט אין יענעם טאָג, אַז דאָס איז נישט געװען פֿון מלך, צו טײטן אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן.

38 און דער מלך האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: פֿאַר װאָר, איר דאַרפֿט װיסן, אַז אַ האַר און אַ גרױסער מאַן איז געפֿאַלן הײַנטיקן טאָג אין יִשׂרָאֵל. 39 און איך בין הײַנט שװאַך, און נאָר-װאָס געזאַלבט פֿאַר אַ מלך, און די דאָזיקע לײַט, די זין פֿון צרוּיָהן, זײַנען צו האַרט פֿאַר מיר. זאָל ה׳ באַצאָלן דעם שלעכטסטוער לױט זײַן שלעכטיקײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-