1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
היט רעכט, און טוט גערעכטיקײט,
װאָרעם נאָנט איז מײַן הילף צו קומען,
און מײַן גערעכטיקײט זיך צו אַנטפּלעקן.
2 װױל צו דעם מאַן װאָס טוט דאָס דאָזיקע,
און דעם מענטשנקינד װאָס האַלט זיך דעראָן!
װאָס היט שבת, אים נישט צו פֿאַרשװעכן,
און היט זײַן האַנט פֿון צו טאָן אַ שום בײז.
3 און נישט זאָגן זאָל דער פֿרעמד-געבאָרענער,
װאָס באַהעפֿט זיך צו ה׳, אַזױ צו זאָגן:
אָפּזונדערן װעט מיך אָפּזונדערן ה׳ פֿון זײַן פֿאָלק;
און נישט זאָגן זאָל דער סָריס:
זע, איך בין אַ טרוקענער בױם.
4 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט
אױף די סָריסים װאָס היטן מײַנע שבתים,
און װײלן אױס דאָס װאָס איך װיל,
און האַלטן זיך אָן מײַן ברית:
5 זײ װעל איך געבן אין מײַן הױז
און אין מײַנע מױערן אַן אָנדענק און אַ נאָמען,
בעסער פֿון זין און פֿון טעכטער;
אַן אײביקן נאָמען װעל איך זײ געבן,
װאָס װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.
6 און די פֿרעמדגעבאָרענע װאָס באַהעפֿטן זיך צו ה׳,
אים צו טאָן דינסט,
און ליב צו האָבן דעם נאָמען פֿון ה׳,
אים צו זײַן פֿאַר קנעכט;
איטלעכער װאָס היט שבת אים נישט צו פֿאַרשװעכן,
און װאָס האַלטן מײַן ברית.
7 זײ װעל איך ברענגען צו מײַן הײליקן באַרג,
און װעל זײ דערפֿרײען אין מײַן הױז פֿון געבעט;
זײערע בראַנדאָפּפֿער און זײערע שלאַכטאָפּפֿער
װעלן זײַן צו באַװיליקונג אױף מײַן מזבח;
װאָרעם מײַן הױז װעט גערופֿן װערן
דאָס הױז פֿון געבעט פֿאַר אַלע פֿעלקער.
8 אַזױ זאָגט אֲדֹנָי ה׳,
דער װאָס זאַמלט אײַן די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט:
איך װעל נאָך אײַנזאַמלען צו אים,
צו זײַנע געזאַמעלטע.
9 אַלע חיות פֿון פֿעלד, קומט אַהער עסן,
אַלע חיות אין װאַלד!
10 זײַנע װעכטער זײַנען בלינדע אַלע,
זײ װײסן גאָרניט;
שטומע הינט זײַנען זײ אַלע, זײ קענען נישט בילן;
זײ ליגן און חלומען, זײ האָבן ליב שלאָפֿן.
11 און די הינט זײַנען װילד זשעדנע, זײ װײסן נישט פֿון זעט;
און יענע זײַנען פּאַסטוכער װאָס װײסן נישט אַכט צו געבן;
זײ אַלע קערן זיך צו זײער װעג,
איטלעכער צו זײַן גײַציקײט, פֿון עק צו עק.
12 קומט, איך װעל ברענגען װײַן,
און לאָמיר זױפֿן דעם טרונק;
און װי דער אַזױ זאָל זײַן מאָרגעדיקער טאָג,
און גרעסער נאָך פֿיל.