Publicidade

Isaías 19

1 די נבֿואה אױף מִצרַיִם:

זע, ה׳ רײַט אױף אַ װאָלקן אַ פֿלינקן,

און ער קומט קײן מִצרַיִם;

און די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם װעלן זיך טרײסלען פֿאַר אים,

און דאָס האַרץ פֿון מִצרַיִם װעט צעגײן אין אים.

2 און איך װעל אָנרײצן מִצרַיִם אױף מִצרַיִם,

און זײ װעלן מלחמה האַלטן איטלעכער קעגן זײַן ברודער,

אַ שטאָט קעגן אַ שטאָט, אַ קיניגרײַך קעגן אַ קיניגרײַך.

3 און אױסגעלײדיקט װעט װערן דער גײַסט פֿון מִצרַיִם אין איר,

און איר עצה װעל איך צונישט מאַכן;

און זײ װעלן פֿאָרשן בײַ די אָפּגעטער, און בײַ די פּרעפּלער,

און בײַ די גײַסטער, און בײַ די רוחות.

4 און איך װעל איבערענטפֿערן מִצרַיִם

אין דער האַנט פֿון אַ האַרטן האַר,

און אַ שטרענגער מלך װעט געװעלטיקן איבער זײ,

זאָגט דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת.

5 און די װאַסערן װעלן אױסגײן פֿון ים,

און דער טײַך װעט אױסגעטריקנט און טרוקן װערן.

6 און דומפּיק װעלן װערן די טײַכן,

פֿאַרמינערט און אױסגעטריקנט װערן די פֿלוסן פֿון מִצרַיִם;

רוהרן און אַיִר װערן פֿאַרװעלקט.

7 הױל װערט בײַם נילוס, בײַם ראַנד פֿונעם נילוס,

און אַל דאָס פֿאַרזײטע בײַם נילוס

װערט פֿאַרטריקנט, פֿאַרװײט, און נישטאָ.

8 און קלאָגן װעלן די פֿישער,

און טרױערן װעלן אַלע װאָס װאַרפֿן אַ װענטקע אין נילוס,

און די װאָס שפּרײטן אַ נעץ אױפֿן װאַסער װערן פֿאַרשניטן.

9 און פֿאַרשעמט װעלן װערן

די אַרבעטער פֿון געקאַמטן פֿלאַקס,

און די װעבער פֿון װײסצײַג.

10 און אירע גרינדונגן װעלן זײַן צעדריקט;

אַלע לױנאַרבעטער באַטריבט אין געמיט.

11 לױטער נאַרן זײַנען די האַרן פֿון צוֹעַן,

די קליגסטע יוֹעצים פֿון פַּרעהן זײַנען אַ נאַרישער באַראָט.

װי קענט איר זאָגן צו פַּרעהן:

אַ זון פֿון חכמים בין איך,

אַ זון פֿון מלכים פֿאַרצײַטיקע?

12 װוּ זײַנען זײ דען דײַנע חכמים?

זאָלן זײ אַקאָרשט דיר זאָגן;

און לאָמען װיסן װאָס ה׳ צבָֿאוֹת

האָט באַראָטן אױף מִצרַיִם.

13 פֿאַרנאַרישט זײַנען די האַרן פֿון צוֹעַן,

אָפּגענאַרט זײַנען די האַרן פֿון נוֹף;

פֿאַרפֿירט האָבן מִצרַיִם

די פּנֵי פֿון אירע שבֿטים.

14 ה׳ האָט אַרײַנגעגאָסן אין איר

אַ גײַסט פֿון פֿאַרדרײעניש;

און זײ האָבן געמאַכט מִצרַיִם זיך װאַקלען אין אַל זײַן טוּונג

װי אַ שכּור טוט זיך װאַקלען בײַ זײַן ברעכן.

15 און אין מִצרַיִם װעט נישט זײַן אַן אױפֿטו

װאָס אַ קאָפּ אָדער אַן עק,

אַ טײטלצװײַג אָדער אַ טײַכריטל זאָל אױפֿטאָן.

16 אין יענעם טאָג װעט מִצרַיִם זײַן אַזױ װי װײַבער, און ער װעט ציטערן און אַנגסטן פֿאַרן פֿאָך פֿון דער האַנט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס ער טוט פֿאָכן אױף אים. 17 און דאָס לאַנד פֿון יהוּדה װעט װערן פֿאַר מִצרַיִם אַ שרעקעניש; װען נאָר מע װעט עס אים דערמאָנען, װעט ער אַנגסטן פֿאַר דעם באַראָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס ער טוט באַראָטן אױף אים.

18 אין יענעם טאָג װעלן זײַן אין לאַנד מִצרַיִם פֿינף שטעט װאָס רעדן די שפּראַך פֿון כּנַעַן, און שװערן צו ה׳ צבָֿאוֹת; די שטאָט פֿון צעשטערונג װעט אײנע גערופֿן װערן.

19 אין יענעם טאָג װעט זײַן אַ מזבח צו ה׳ אין מיטן לאַנד מִצרַיִם, און אַ זײַלשטײן צו ה׳ בײַ איר געמאַרק. 20 און עס װעט זײַן צום צײכן און צום עדות פֿאַר ה׳ צבָֿאוֹת אין לאַנד מִצרַיִם; אַז זײ װעלן שרײַען צו ה׳ פֿון װעגן דריקער, װעט ער זײ שיקן אַ העלפֿער און אַ שטרײַטער, און ער װעט זײ מציל זײַן. 21 און ה׳ װעט זיך לאָזן דערקענען צו מִצרַיִם, און די מִצרַיִם װעלן דערקענען ה׳ אין יענעם טאָג, און דינען מיט שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער, און מנדר זײַן אַ נדר צו ה׳ און באַצאָלן. 22 און ה׳ װעט פּלאָגן מִצרַיִם – פּלאָגן און הײלן; און אַז זײ װעלן זיך אומקערן צו ה׳, װעט ער זיך איבערבעטן צו זײ, און זײ הײלן.

23 אין יענעם טאָג װעט זײַן אַ װעג פֿון מִצרַיִם קײן אשור, און אשור װעט קומען אין מִצרַיִם, און מִצרַיִם אין אשור, און מִצרַיִם װעט דינען ה׳ מיט אשור.

24 אין יענעם טאָג װעט יִשׂרָאֵל זײַן אַ דריטער צו מִצרַיִם און צו אשור, אַ בענטשונג אין מיטן פֿון דער ערד; 25 װײַל ה׳ צבָֿאוֹת האָט אים געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: געבענטשט זאָל זײַן מײַן פֿאָלק מִצרַיִם, און דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אשור, און מײַן אַרבונג, יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-