1 אין יענער צײַט איז חִזקִיָהו קראַנק געװאָרן צו שטאַרבן; איז צו אים געקומען ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מאַך דײַן צַװָאֶה װעגן דײַן הױזגעזינט, װאָרעם דו שטאַרבסט, און װעסט נישט גענעזן װערן.
2 האָט חִזקִיָהו אומגעדרײט זײַן פּנים צו דער װאַנט, און האָט מתפּלל געװען צו ה׳, 3 און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, ה׳, געדענק װי איך בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט אַ גאַנצן האַרצן, און װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן. און חִזקִיָהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן.
4 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו ישַעיָהון, אַזױ צו זאָגן: 5 גײ און זאָלסט זאָגן צו חִזקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער דָוִד: איך האָב געהערט דײַן תּפֿילה, איך האָב געזען דײַן טרער; זע, איך לײג‑צו צו דײַנע טעג פֿופֿצן יאָר. 6 און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע שטאָט מציל זײַן, און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט.
7 און דאָס װעט דיר זײַן אַ צײכן פֿון ה׳, אַז ה׳ װעט טאָן די דאָזיקע זאַך װאָס ער האָט גערעדט: 8 זע, איך קער אום דעם שאָטן פֿון די שטאַפּלען װאָס האָט אַראָפּגענידערט אױף די זונשטאַפּלען פֿון אָחָזן, צוריק צען שטאַפּלען. און די זון האָט זיך אומגעקערט צען שטאַפּלען, אױף די שטאַפּלען װאָס זי האָט אַראָפּגענידערט.
9 אַ געשריפֿטס פֿון חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, װען ער איז קראַנק געװען, און איז גענעזן געװאָרן פֿון זײַן קראַנקשאַפֿט.
10 איך האָב געװעסט געזאָגט: אין מיטן פֿון מײַנע טעג
װעל איך אַװעקגײן אין די טױערן פֿון שְׁאֹול;
איך װער געמינערט דעם רעשט פֿון מײַנע יאָרן.
11 איך האָב געזאָגט: איך װעל נישט זען ה׳,
ה׳ אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע;
איך װעל מער אַ מענטשן נישט אָנקוקן
מיט די באַװױנער פֿון דער װעלט.
12 מײַן װױנונג איז אַװעקגערוקט און אָפּגעטאָן פֿון מיר,
אַזױ װי אַ פּאַסטוכגעצעלט;
איך האָב אױפֿגעװיקלט װי אַ װעבער מײַן לעבן;
פֿון דער צױט װעט ער מיך אָפּרײַסן;
פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן.
13 איך האָב געטראַכט ביז פֿרימאָרגן,
װי אַ לײב, אַזױ װעט ער אַלע מײַנע בײנער צעברעכן;
פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן.
14 װי אַ שװאַלב, װי אַ בושל, אַזױ האָב איך געפּיפּסט,
איך האָב געברומט װי אַ טױב;
מײַנע אױגן זײַנען אױסגעגאַנגען צו דער הײך:
אֲדֹנָי, געדריקט בין איך, שטעל זיך אײַן פֿאַר מיר.
15 װאָס זאָל איך רעדן?
אַז ער האָט מיר געזאָגט, און ער האָט געטאָן;
זאַכט װעל איך גײן אַלע מײַנע יאָרן,
איבער דער ביטערניש פֿון מײַן זעל.
16 אֲדֹנָי, דערױף לעבט מען,
און אין גאַנצן דערין איז דאָס לעבן פֿון מײַן גײַסט;
דערום שטאַרק מיך, און לאָז מיך לעבן.
17 זע, צום גוטן איז מיר פֿאַרביטן געװאָרן די ביטערניש,
און דו האָסט געגלוסט מײַן זעל,
פֿון דער גרוב פֿון אונטערגאַנג;
װאָרעם האָסט אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקן
אַלע מײַנע זינד.
18 װאָרעם נישט די שְׁאֹול טוט דיך לױבן,
נישט דער טױט טוט דיך רימען;
עס האָפֿן נישט אױף דײַן אמת
די װאָס נידערן אין גרוב.
19 דער לעבעדיקער, דער לעבעדיקער,
ער טוט דיך לױבן, אַזױ װי איך הײַנט;
אַ פֿאָטער מאַכט װיסן די קינדער דײַן אמת.
20 ה׳ איז דאָ מיך צו העלפֿן;
און מײַנע געזאַנגען װעלן מיר זינגען,
אַלע טעג פֿון אונדזער לעבן אין הױז פֿון ה׳.
21 און ישַעיָהו האָט געזאָגט: זאָל מען נעמען געפּרעסטע פֿײַגן, און אָנרײַבן אױף דעם אױסשלאָג, און ער װעט גענעזן װערן.
22 האָט חִזקִיָהו געזאָגט: װאָס איז דער צײכן אַז איך װעל אַרױפֿגײן אין הױז פֿון ה׳?