Publicidade

Isaías 12

1 און װעסט זאָגן אין יענעם טאָג:

איך דאַנק דיר, ה׳,

הגם דו האָסט געצערנט אױף מיר;

אָפּגעגאַנגען איז דײַן כּעס,

און דו האָסט מיך געטרײסט.

2 זע, אֵל איז מײַן ישועה;

איך בין זיכער און אַנגסט נישט,

װאָרעם מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ג-ט ה׳,

און ער איז מיר געװען אַ ישועה.

3 און איר װעט שעפּן װאַסער מיט שׂימחה, פֿון די קװאַלן פֿון ישועה. 4 און אין יענעם טאָג װעט איר זאָגן:

דאַנקט צו ה׳, רופֿט אױס זײַן נאָמען,

לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען,

דערצײלט אַז דערהױבן איז זײַן נאָמען.

5 זינגט צו ה׳ װאָרעם ער האָט אױפֿגעטאָן גרױס,

באַװוּסט זאָל דאָס זײַן אױף דער גאַנצער ערד.

6 שרײַ אױס און זינג, באַװױנערין פֿון צִיוֹן,

װאָרעם גרױס צװישן דיר איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-