Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 27

1 פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,

פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?

ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,

פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

2 אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר

צו עסן מײַן פֿלײש –

מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט –

װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

3 אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר,

װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ;

אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר,

בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

4 אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

5 װאָרעם ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל,

אין דעם טאָג פֿון בײז,

ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט,

אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.

6 און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּ

איבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר,

און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל,

איך װעל זינגען און שפּילן צו ה׳.

7 הער, ה׳, מײַן קֹול – טו איך רופֿן –

און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר.

8 מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים!

דײַן פּנים, ה׳, טו איך זוכן.

9 זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

זאָלסט נישט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט;

ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן,

און זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן, אלֹקים פֿון מײַן ישועה.

10 אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן,

װעט אָבער ה׳ מיך אַרײַננעמען.

11 װײַז מיר, ה׳, דײַן װעג,

און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג,

פֿון װעגן מײַנע לױערער.

12 זאָלסט מיך נישט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט;

װאָרעם פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר,

און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.

13 װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳,

אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –

14 האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,

און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;

יאָ, האָף צו ה׳.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.