1 הערט דאָס צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,
די װאָס װערן גערופֿן מיטן נאָמען יִשׂרָאֵל,
און פֿון קװאַל פֿון יהוּדה זײַנען זײ אַרױס;
װאָס שװערן בײַם נאָמען ה׳,
און אלוקי יִשׂרָאֵל דערמאָנען זײ –
נישט מיט אמת, און נישט מיט גערעכטיקײט.
2 װאָרעם אױף דער הײליקער שטאָט רופֿן זײ זיך,
און אױף אלוקי יִשׂרָאֵל לענען זײ זיך,
װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
3 דאָס פֿריִערדיקע האָב איך פֿון אַ מאָל אָנגעזאָגט,
און פֿון מױל איז עס אַרױס,
און איך האָב עס געלאָזט הערן;
פּלוצעם האָב איך געטאָן, און עס איז געשען.
4 װײַל איך האָב געװוּסט אַז האַרט ביסטו,
און אַן אײַזערנער אָדער איז דײַן נאַקן,
און דײַן שטערן איז קופּער;
5 דערום האָב איך דיר אָנגעזאָגט פֿון אַ מאָל,
אײדער עס איז געקומען, האָב איך דיך געלאָזט הערן;
כּדי זאָלסט נישט זאָגן: מײַן געץ האָט עס געטאָן,
און מײַן געשניצט און מײַן געגאָסן בילד האָט עס באַפֿױלן.
6 האָסט געהערט, זע, אַל דאָס דאָזיקע,
און איר װעט עס דאָך צוגעבן;
איך האָב דיך געלאָזט הערן נײַסן אַצונד,
און פֿאַרבאָרגנס װאָס דו האָסט נישט געװוּסט.
7 אַצונד איז עס באַשאַפֿן געװאָרן, און נישט פֿון אַ מאָל,
און אַ טאָג פֿריִער האָסטו פֿון דעם נישט געהערט;
כּדי זאָלסט נישט זאָגן: זע, איך האָב עס געװוּסט.
8 נישט צו מאָל געהערט האָסטו, נישט צו מאָל געװוּסט האָסטו,
נישט צו מאָל געעפֿנט האָט זיך דײַן אױער פֿון אַ מאָל;
װאָרעם איך האָב געװוּסט אַז פֿעלשן װעסטו פֿעלשן,
און פֿאַרברעכער פֿון מוטערלײַב האָט מען דיך גערופֿן.
9 פֿון מײַן נאָמען װעגן װעל איך אײַנהאַלטן מײַן צאָרן,
פֿון מײַן לױב װעגן װעל איך מיך צאַמען קעגן דיר,
כּדי דיך נישט צו פֿאַרשנײַדן.
10 זע, איך האָב דיך געלײַטערט, אָבער נישט װי זילבער,
איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן.
11 פֿון מײַנעט װעגן, פֿון מײַנעט װעגן װעל איך טאָן;
װאָרעם װי זאָל מײַן נאָמען פֿאַרשװעכט װערן?
און מײַן כּבֿוד װעל איך קײן אַנדערן נישט געבן.
12 הער מיר צו, יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל מײַן גערופֿענער:
איך בין דאָס; איך בין דער ערשטער,
איך בין אױך דער לעצטער.
13 יאָ, מײַן האַנט האָט געגרונטפֿעסט די ערד,
און מײַן רעכטע האָט אױסגעשפּרײט די הימלען;
איך רוף צו זײ,
שטעלן זײ זיך אױף אין אײנעם.
14 זאַמלט אײַך אײַן, איר אַלע, און הערט:
װער צװישן זײ האָט פֿאַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע?
דער װאָס ה׳ האָט אים ליב, װעט טאָן זײַן באַגער אין בָבֿל,
און זײַן אָרעם װעט זײַן אױף די כַּשׂדים.
15 איך, איך האָב גערעדט, און האָב אים גערופֿן,
אים געבראַכט, און ער װעט באַגליקן אױף זײַן װעג.
16 גענענט צו מיר, הערט דאָס צו:
פֿון אָנהײב אָן האָב איך נישט אין פֿאַרבאָרגעניש גערעדט,
פֿון זינט עס געשעט בין איך דערבײַ;
און אַצונד האָט אֲדֹנָי ה׳ מיך געשיקט מיט זײַן גײַסט.
17 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן אױסלײזער,
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
איך, ה׳ דײַן ג-ט, לערן דיך צו נוץ,
פֿיר דיך אױף דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן.
18 הלװאַי װאָלסטו פֿאַרנומען מײַנע געבאָט,
װאָלט געװען װי אַ טײַך דײַן שלום,
און דײַן הילף װי די אינדן פֿון ים;
19 און געװען װי זאַמד װאָלט דײַן זאָמען,
און די שפּראָצן פֿון דײַן לײַב װי זײַנע קערנער;
נישט פֿאַרשניטן און נישט פֿאַרטיליקט
װאָלט װערן זײַן נאָמען פֿון פֿאַר מיר.
20 גײט אַרױס פֿון בָבֿל,
אַנטלױפֿט פֿון די כַּשׂדים,
מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג;
זאָגט אָן, מאַכט דאָס הערן,
טראָגט עס פֿונאַנדער ביז צום עק פֿון דער ערד;
זאָגט: ה׳ האָט אױסגעלײזט יעקבֿ זײַן קנעכט.
21 און זײ האָבן נישט געדאָרשט
װען ער האָט זײ דורך װיסטענישן געפֿירט;
װאַסער פֿון פֿעלדז האָט ער געמאַכט רינען פֿאַר זײ;
יאָ, אַ פֿעלדז האָט ער געשפּאָלטן,
און װאַסער האָט געפֿלאָסן.
22 נישטאָ קײן שלום, זאָגט ה׳,
פֿאַר די רשעים.