Publicidade

Isaías 16

1 שיקט לעמער צום געװעלטיקער פֿון לאַנד,

פֿון די פֿעלדזן װאָס צום מדבר,

צום באַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן.

2 און עס װעט זײַן:

װי אַ פֿױגל אַ פֿאַרװאָגלטער, װי אַ נעסט אַ צעטריבענער,

װעלן זײַן די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ,

בײַ די איבערפֿאָרן פֿון אַרנוֹן.

3 נעם אײן עצה, טהואַ משפּט;

מאַך דײַן שאָטן װי די נאַכט, אין מיטן העלן טאָג;

פֿאַרבאָרג די פֿאַרשטױסענע,

דעם פֿאַרװאָגלטן זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.

4 מײַנע פֿאַרשטױסענע זאָלן װױנען בײַ דיר – מוֹאָבֿ;

זײַ זײ אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון דעם רױבער,

ביז אַװעק איז די דריקונג,

געענדיקט דער רױב,

פֿאַרלענדט די צעטרעטער אױסן לאַנד;

5 װאָרעם אױפֿגעשטעלט אױף גענאָד איז דער טראָן,

און אױף אים זיצט מיט אמת, אין דָוִדס געצעלט,

אַ ריכטער װאָס זוכט רעכט,

און איז גיך אױף גערעכטיקײט.

6 מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מוֹאָבֿ,

װי זײער שטאָלץ ער איז;

זײַן גאװה און זײַן שטאָלצקײט און זײַן חוצפּה,

זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט.

7 דערום װעט יאָמערן מוֹאָבֿ אױף מוֹאָבֿ,

איטלעכער װעט יאָמערן;

נאָך די ראָזינקעקוכנס פֿון קיר-חַרֶשֶׂת װעט איר זיפֿצן,

אין גאַנצן דערשלאָגענע.

8 װאָרעם די פֿעלדער פֿון חֶשבוֹן זײַנען פֿאַרװעלקט,

דער װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה,

װאָס זײַנע רױטטרױבן האָבן פֿאַרטומלט די האַרן פֿון די פֿעלקער;

ביז יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײכט,

ביזן מדבר האָבן זײ געװאַנדערט;

אירע צװײַגן האָבן זיך צעשפּרײט,

ביז צום ים זײַנען זײ אַריבער.

9 דערום באַװײן איך אין דעם געװײן פֿון יַעְזֵר,

דעם װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה;

איך טרינק דיך אָן מיט מײַנע טרערן,

חֶשבוֹן און אֶלעָלֵה;

װאָרעם אױף דײַן האַרבסטונג און אױף דײַן שניט

איז אַ קריגגעשרײ געפֿאַלן.

10 און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד

און די לוסטיקײט פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן;

און אין די װײַנגערטנער װערט נישט געזונגען,

װערט נישט געשאַלט;

קײן װײַן אין די קעלטערן טרעט נישט דער טרעטער;

איך האָב געמאַכט אױפֿהערן הֵידָד!

11 דערום ברומען װי אַ האַרף מײַנע געדערים אױף מוֹאָבֿ,

און מײַנע אינגעװײד אױף קיר-חֶרֶשׂ.

12 און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך אַרױסװײַזן אַז מוֹאָבֿ האָט זיך אומזיסט אײַנגעמיט אױף דער בָמָה, װעט ער אַרײַנגײן אין זײַן הײליקטום תּפֿילה טאָן, אָבער ער װעט גאָרנישט אױסריכטן.

13 דאָס איז דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף מוֹאָבֿ אַ מאָל. 14 אָבער אַצונד האָט ה׳ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אין דרײַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט גרינגעשאַצט װערן דער כּבֿוד פֿון מוֹאָבֿ, בײַ אַל דעם גרױסן טומל; און דער איבערבלײַב װעט זײַן אַ קלײן װינציקײט אָן שטאַרקײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-