1 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו זײַן געזאַלבטן,
צו כּוֹרֶשן װאָס איך האַלט זײַן רעכטע האַנט,
צו מאַכן אונטערטעניק פֿאַר אים פֿעלקער,
און איך זאָל לױז מאַכן די לענדן פֿון מלכים;
צו עפֿענען פֿאַר אים טירן,
און טױערן זאָלן נישט פֿאַרשלאָסן זײַן:
2 איך װעל גײן דיר פֿאַרױס,
און קרומע ערטער װעל איך אױסגלײַכן;
קופּערנע טירן װעל איך צעברעכן,
און אײַזערנע ריגלען װעל איך צעהאַקן.
3 און איך װעל דיר געבן די אוֹצרות פֿון דער פֿינצטערניש,
און די שאַצן פֿון פֿאַרבאָרגענישן,
כּדי זאָלסט װיסן אַז איך בין ה׳,
װאָס רופֿט דיך בײַם נאָמען, אלוקי יִשׂרָאֵל.
4 פֿון װעגן דעם קנעכט מײַנעם יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל מײַן אױסדערװײלטן,
האָב איך דיך גערופֿן בײַ דײַן נאָמען,
דיך באַטיטלט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט.
5 איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ,
חוץ מיר איז קײן אלֹקים נישט פֿאַראַן;
איך האָב דיך באַגורט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט;
6 כּדי מע זאָל װיסן פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון
און פֿון איר אונטערגאַנג,
אַז נישטאָ אױסער מיר;
איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ;
7 דער װאָס פֿורעמט ליכט, און באַשאַפֿט פֿינצטערניש,
מאַכט פֿריד, און באַשאַפֿט בײז;
איך ה׳ מאַך אַל די דאָזיקע.
8 טריפֿט, איר הימלען, פֿון אױבן,
און די װאָלקנס זאָלן רינען גערעכטיקײט;
זאָל די ערד זיך עפֿענען,
און ישועות זאָלן זיך פֿרוכפּערן.
און רעכטפֿאַרטיקײט זאָל זײ מאַכן שפּראָצן באַגלײַך;
איך ה׳ האָב דאָס באַשאַפֿן.
9 װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער –
אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד!
װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו?
אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?
10 װײ, דער װאָס זאָגט צו דעם פֿאָטער:
נאָך װאָס מאַכסטו געבערן?
און צו דער פֿרױ:
נאָך װאָס האָסטו װײען?
11 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל און זײַן פֿורעמער:
פֿרעגט מיך דאָס קומעדיקע,
באַפֿעלט מיר װעגן מײַנע קינדער
און װעגן דעם װערק פֿון מײַנע הענט?
12 איך האָב געמאַכט די ערד,
און דעם מענטשן אױף איר באַשאַפֿן;
איך – מײַנע הענט האָבן אױסגעצױגן די הימלען,
און זײער גאַנצן חיל האָב איך באַפֿױלן.
13 איך האָב אים דערװעקט מיט גערעכטיקײט,
און אַלע זײַנע װעגן װעל איך אױסגלײַכן;
ער װעט בױען מײַן שטאָט,
און מײַנע פֿאַרטריבענע װעט ער אַרױסלאָזן,
נישט אום געצאָלט, און נישט אום שוחד,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
14 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
די מי פֿון מִצרַיִם, און דער מסחר פֿון כּוּש,
און די סבֿאים, די װוּקסיקע לײַט,
װעלן איבערגײן צו דיר, און דײַנע װעלן זײ װערן;
הינטער דיר װעלן זײ גײן,
אין קײטן װעלן זײ אַריבערקומען,
און בוקן װעלן זײ זיך צו דיר;
בעטן װעלן זײ זיך בײַ דיר:
נאָר בײַ דיר איז אֵל,
און אַחוּץ דיר איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
15 פֿאַר װאָר, ביסט אַן אֵל װאָס פֿאַרבאָרגט זיך,
אלוקי יִשׂרָאֵל, דו העלפֿער.
16 פֿאַרשעמט און אױך צו שאַנד װערן זײ אַלע,
מיט שאַנד גײען אַװעק אין אײנעם
אַלע מײַנסטערס פֿון געצנבילדער.
17 יִשׂרָאֵל װערט געהאָלפֿן פֿון ה׳
אַן אײביקע הילף;
איר װעט נישט פֿאַרשעמט
און נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען ביז אײביקאײביקײטן.
18 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער באַשעפֿער פֿון די הימלען,
– ער, האלֹקים, װאָס האָט געפֿורעמט די ערד און זי געמאַכט;
ער װאָס האָט זי אױפֿגעשטעלט,
נישט פֿאַר אַ װיסטעניש זי באַשאַפֿן,
נאָר צום װױנען זי געפֿורעמט:
איך בין ה׳, און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
19 נישט אין פֿאַרבאָרגעניש האָב איך גערעדט,
אין אַן אָרט פֿון פֿינצטערלאַנד;
איך האָב נישט געזאָגט צו דעם זאָמען פֿון יעקבֿ:
אין װיסטעניש זוכט מיך;
איך ה׳ רעד גערעכטיקײט,
זאָג אָן די ריכטיקײט.
20 זאַמלט אײַך אײַן און קומט גענענט אין אײנעם,
איר אַנטרונענע פֿון די פֿעלקער;
אָן פֿאַרשטאַנד זײַנען די װאָס טראָגן זײער האָלצגעשניץ,
און טוען תּפֿילה צו אַן אֵל װאָס העלפֿט נישט.
21 זאָגט אָן, און מאַכט זײ גענענען,
און לאָמען האַלטן אַן עצה אין אײנעם:
װער האָט דאָס געלאָזט הערן פֿון פֿאַרצײַטן,
פֿון לאַנג אָן דאָס אָנגעזאָגט?
פֿאַר װאָר, איך ה׳,
און נישטאָ מער קײן אלֹקים אַחוץ מיר,
אַן אֵל אַ גערעכטער און אַ העלפֿער;
און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
22 קערט אײַך צו מיר, און װערט געהאָלפֿן,
אַלע עקן פֿון דער ערד;
װאָרעם איך בין אֵל,
און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
23 איך האָב געשװאָרן בײַ מיר:
אַ װאָרט איז אַרױס פֿון מײַן מױל אין גערעכטיקײט,
און װעט זיך נישט אומקערן,
אַז צו מיר זאָל זיך בײגן יעטװעדער קני,
זאָל שװערן יעטװעדער צונג.
24 נאָר אין ה׳ – װעט מען זאָגן פֿון מיר –
גערעכטיקײט און שטאַרקײט;
צו אים װעלן קומען און זיך שעמען
אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף אים.
25 דורך ה׳ װעט דער גאַנצער זאָמען
פֿון יִשׂרָאֵל גערעכט װערן
און זיך רימען אין אים.