1 און עס איז געװען, אַז דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אױפֿן דריטן טאָג קײן ציקלַג, ערשט די עַמָלֵקים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן דָרום, און אױף ציקלַג, און זײ האָבן געשלאָגן ציקלַג, און האָבן זי פֿאַרברענט אין פֿײַער. 2 און זײ האָבן געפֿאַנגען די װײַבער װאָס אין איר, פֿון קלײן ביז גרױס; זײ האָבן קײנעם נישט געטײט, נאָר זײ האָבן זײ אַװעקגעפֿירט, און זײַנען געגאַנגען אױף זײער װעג. 3 און װי דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אין שטאָט, ערשט זי איז פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײערע װײַבער און זײערע זין און זײערע טעכטער זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן.
4 האָט דָוִד און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים אױפֿגעהױבן זײער קֹול און געװײנט, ביז זײ האָבן מער קײן כּוֹח נישט געהאַט צו װײנען.
5 אױך בײדע װײַבער פֿון דָוִדן זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן, אַחינוֹעַם פֿון יִזרְעֶאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמֶל.
6 און דָוִדן האָט זײער צוגעדריקט, װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אים צו פֿאַרשטײנען, װײַל דאָס געמיט פֿון גאַנצן פֿאָלק איז געװען פֿאַרביטערט, איטלעכער איבער זײַנע זין און איבער זײַנע טעכטער. אָבער דָוִד האָט זיך געשטאַרקט מיט ה׳ זײַן ג-ט. 7 און דָוִד האָט געזאָגט צו אֶבֿיָתָר דעם כּהן, אַחימֶלֶכס זון: גענען מיר, איך בעט דיך, דעם אֵפֿוֹד. האָט אֶבֿיָתָר גענענט דעם אֵפֿוֹד צו דָוִדן. 8 און דָוִד האָט געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך נאָכיאָגן די דאָזיקע מחנה? װעל איך זי אָניאָגן? האָט ער צו אים געזאָגט: יאָג נאָך, װאָרעם אָניאָגן װעסטו אָניאָגן, און מציל זײַן װעסטו מציל זײַן.
9 איז דָוִד געגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, און זײ זײַנען געקומען צום טײַך בשׂוֹר; און די צוריקגעבליבענע האָבן זיך אָפּגעשטעלט. 10 און דָוִד האָט נאָכגעיאָגט, ער און פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט מאַן האָבן זיך אָפּגעשטעלט, די װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט אַריבערצוגײן דעם טײַך בשׂוֹר.
11 און זײ האָבן געפֿונען אין פֿעלד אַ מאַן אַ מִצרי, און האָבן אים געבראַכט צו דָוִדן; און זײ האָבן אים געגעבן ברױט, און ער האָט געגעסן, און זײ האָבן אים געגעבן טרינקען װאַסער; 12 און זײ האָבן אים געגעבן אַ שטיק געפּרעסטע פֿײַגן, און צװײ בינטלעך ראָזינקעס; און ער האָט געגעסן, און האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם, װאָרעם ער האָט נישט געהאַט געגעסן ברױט און נישט געטרונקען קײן װאַסער דרײַ טעג און דרײַ נעכט.
13 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: צו װעמען געהערסטו און פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין אַ מִצרישער יונג, אַ קנעכט פֿון אַ מאַן פֿון עַמָלֵק, און מײַן האַר האָט מיך איבערגעלאָזן, װײַל איך בין קראַנק געװאָרן מיט דרײַ טעג צוריק. 14 מיר זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף דעם דָרום פֿון דעם כּרֵתי, און אױף װאָס געהערט צו יהוּדה, און אױף דעם דָרום פֿון כָּלֵבֿ; און ציקלַג האָבן מיר פֿאַרברענט אין פֿײַער. 15 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: װעסטו מיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה? האָט ער געזאָגט: שװער מיר בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט מיך טײטן, און אױב דו װעסט מיך איבערענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מײַן האַר, און איך װעל דיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה.
16 האָט ער אים אַראָפּגעפֿירט, ערשט זײ זײַנען פֿאַרשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד, און זײ עסן און טרינקען און הוליען איבער אַל דעם גרױסן רױב װאָס זײ האָבן גענומען פֿון לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און פֿון לאַנד יהוּדה.
17 האָט דָוִד זײ געשלאָגן פֿון פֿאַרנאַכט און ביז אױף מאָרגן אין אָװנט, און פֿון זײ איז נישט אַנטרונען געװאָרן אַ מאַן, אַחוץ פֿיר הונדערט יונגע מענער װאָס זײַנען געריטן אױף קעמלען, און זײַנען אַנטלאָפֿן. 18 און דָוִד האָט מציל געװען אַלץ װאָס עַמָלֵק האָט צוגענומען; אױך זײַנע צװײ װײַבער האָט דָוִד מציל געװען. 19 און בײַ זײ איז גאָרנישט געמינערט געװאָרן פֿון מינדסטן און ביזן גרעסטן, סײַ זין און טעכטער, סײַ פֿון רױב, סײַ אַלץ װאָס יענע האָבן צוגענומען פֿאַר זיך; אַלץ האָט דָוִד צוריקגעבראַכט. 20 אױך האָט דָוִד צוגענומען אַלע שאָף און רינדער. האָט מען זײ געפֿירט פֿאַרױס פֿאַר יענעם פֿיך, און מע האָט געזאָגט: דאָס איז דָוִדס רױב.
21 און דָוִד איז געקומען צו די צװײ הונדערט מאַן װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט צו גײן הינטער דָוִדן, און מע האָט זײ געלאָזט זיצן בײַם טײַך בשׂוֹר. און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דָוִדן און אַנטקעגן דעם פֿאָלק װאָס מיט אים. און דָוִד האָט גענענט צו דעם פֿאָלק, און האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד.
22 האָבן זיך אָפּגערופֿן אַלע שלעכטע און נידערטרעכטיקע לײַט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דָוִדן, און זײ האָבן געזאָגט: װײַל זײ זײַנען נישט געגאַנגען מיט אונדז, װעלן מיר זײ נישט געבן פֿון דעם רױב װאָס מיר האָבן מציל געװען, נאָר בלױז איטלעכן זײַן װײַב און זײַנע קינדער, װאָס זײ מעגן אַװעקפֿירן און גײן.
23 האָט דָוִד געזאָגט: איר זאָלט אַזױ נישט טאָן, מײַנע ברידער, מיט דעם װאָס ה׳ האָט אונדז געגעבן, אַז ער האָט אונדז אָפּגעהיט, און האָט געגעבן די מחנה װאָס איז אױף אונדז געקומען, אין אונדזער האַנט. 24 און װער װעט זיך צוהערן צו אײַך אין דער דאָזיקער זאַך? װאָרעם אַזױ װי דער חלק פֿון דעם װאָס נידערט אין מלחמה אַזױ איז דער חלק פֿון דעם װאָס בלײַבט בײַ די זאַכן; גלײַך זאָלן זײ זיך טײלן.
25 און אַזױ איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער; און מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ חוק און פֿאַר אַ געזעץ פֿאַר יִשׂרָאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
26 און דָוִד איז געקומען קײן ציקלַג, און האָט געשיקט פֿון דעם רױב צו די עלטסטע פֿון יהוּדה, צו זײַנע גוטע פֿרײַנד, אַזױ צו זאָגן: נאַט אײַך אַ מתּנה פֿון דעם רױב פֿון ה׳ס פֿײַנט; 27 צו די װאָס אין בֵית-אֵל, און צו די װאָס אין רָמוֹת פֿון דָרום, און צו די װאָס אין יַתּיר; 28 און צו די װאָס אין עַרוֹעֵר, און צו די װאָס אין שִׂפֿמות, און צו די װאָס אין אֶשתּמוֹעַ; 29 און צו די װאָס אין רָכָל, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם ירַחמאֵלי, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם קֵיני; 30 און צו די װאָס אין חָרמָה, און צו די װאָס אין בוֹר-עָשָן, און צו די װאָס אין עַתָך; 31 און צו די װאָס אין חֶבֿרוֹן, און צו אַלע ערטער װאָס דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען דאָרטן אַרומגעגאַנגען.