Publicidade

1 Samuel 25

1 און שמוּאֵל איז געשטאָרבן, און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן אים באַקלאָגט; און זײ האָבן אים באַגראָבן אין זײַן הײם אין רָמָה.

און דָוִד איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר פּאָרָן. 2 און אין מָעוֹן איז געװען אַ מאַן, װאָס זײַן װירטשאַפֿט איז געװען אין כַּרמֶל. און דער מאַן איז געװען זײער רײַך, און ער האָט געהאַט דרײַ טױזנט שאָף, און טױזנט ציגן; און ער איז געװען בײַם שערן פֿון זײַנע שאָף אין כַּרמֶל. 3 און דער נאָמען פֿון דער מאַן איז געװען נָבֿל, און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב אַבֿיגַיִל. און די פֿרױ איז געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק און שײן אין געשטאַלט; אָבער דער מאַן איז געװען האַרט און שלעכט אין מעשׂים; און ער איז געװען פֿון כָּלֵבֿס משפּחה.

4 האָט דָוִד געהערט אין מדבר אַז נָבֿל שערט זײַנע שאָף. 5 און דָוִד האָט געשיקט צען יונגען, און דָוִד האָט געזאָגט צו די יונגען: גײט אַרױף קײן כַּרמֶל, און קומט צו נָבֿלן און פֿרעגט אים אין מײַן נאָמען אױף פֿריד. 6 און אַזױ זאָלט איר זאָגן: צום לעבן! און פֿריד צו דיר, און פֿריד צו דײַן הױז, און פֿריד צו אַלץ װאָס איז דײַנס! 7 און אַצונד האָב איך געהערט, אַז מע שערט בײַ דיר; אַצונד: די פּאַסטוכער װאָס בײַ דיר זײַנען געװען מיט אונדז; נישט מיר האָבן זײ געקריװדעט, און נישט בײַ זײ איז עפּעס געמינערט געװאָרן אַלע טעג װאָס זײ זײַנען געװען אין כַּרמֶל 8 – פֿרעג דײַנע יונגען, און זײ װעלן דיר דערצײלן – טאָ זאָלן די יונגען געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן; װאָרעם אין אַ גוטן טאָג זײַנען מיר געקומען. גיב, איך בעט דיך, װאָס דײַן האַנט װעט געפֿינען, צו דײַנע קנעכט און צו דײַן זון דָוִדן.

9 זײַנען געקומען די יונגען פֿון דָוִדן, און האָבן גערעדט צו נָבֿלן אַזױ װי אַלע די דאָזיקע רײד אין נאָמען פֿון דָוִדן; און זײ האָבן זיך פֿאַררוט. 10 האָט נָבֿל געענטפֿערט די קנעכט פֿון דָוִדן, און האָט געזאָגט: װער איז דָוִד? און װער איז דער זון פֿון יִשַין? הײַנט צו טאָג זײַנען דאָ אַ סך קנעכט װאָס רײַסן זיך אַװעק איטלעכער פֿון זײַן האַר. 11 און איך זאָל נעמען מײַן ברױט און מײַן װאַסער, און מײַן שעכטונג װאָס איך האָב געשאָכטן פֿאַר מײַנע שערערס, און אַװעקשענקען צו מענטשן װאָס איך װײס נישט פֿון װאַנען זײ זײַנען?

12 האָבן די יונגען פֿון דָוִדן זיך פֿאַרקערט אױף זײער װעג, און זײ זײַנען צוריקגעגאַנגען, און זײַנען געקומען, און האָבן אים דערצײלט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער. 13 האָט דָוִד געזאָגט צו זײַנע מענטשן: גורט אָן איטלעכער זײַן שװערד. האָבן זײ איטלעכער אָנגעגורט זײַן שװערד, אױך דָוִד האָט אָנגעגורט זײַן שװערד; און עס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען נאָך דָוִדן אַרום פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט זײַנען געבליבן בײַ די זאַכן.

14 און אַבֿיגַיִלן, נָבֿלס װײַב, האָט דערצײלט אײן יונג פֿון די יונגען, אַזױ צו זאָגן: זע, דָוִד האָט געשיקט שלוחים פֿון מדבר אָנצוּװינטשן אונדזער האַר, און ער איז אױף זײ אָנגעפֿאַלן. 15 און די מענטשן זײַנען געװען זײער גוט צו אונדז, און נישט מיר זײַנען געקריװדעט געװאָרן, און נישט בײַ אונדז איז עפּעס געמינערט געװאָרן, אַלע טעג װאָס מיר זײַנען אומגעגאַנגען מיט זײ, װען מיר זײַנען געװען אין פֿעלד. 16 זײ זײַנען געװען אַ מױער אַרום אונדז אי בײַ נאַכט אי בײַ טאָג, אַלע טעג װאָס מיר זײַנען געװען מיט זײ, פֿיטערנדיק די שאָף. 17 און אַצונד װײס און זע װאָס דו זאָלסט טאָן, װײַל אַן אומגליק איז באַשלאָסן אױף אונדזער האַר און אױף זײַן גאַנצן הױז; און ער איז אַ שלעכטער, אַז עס איז נישט צו רעדן צו אים.

18 האָט אַבֿיגַיִל געאײַלט און האָט גענומען צװײ הונדערט ברױטן, און צװײ לאָגלען װײַן, און פֿינף געמאַכטע שאָף, און פֿינף סְאָה געברענטע זאַנגען, און הונדערט בינטלעך ראָזינקעס, און צװײ הונדערט קוכנס פֿײַגן, און אַרױפֿגעטאָן אױף אײזלען. 19 און זי האָט געזאָגט צו אירע יונגען: גײט אַװעק מיר פֿאַרױס; אָט קום איך אײַך נאָך. און איר מאַן נָבֿלן האָט זי נישט דערצײלט.

20 און עס איז געװען, װי זי רײַט אױף איר אײזל, און נידערט אַראָפּ אונטער דעם צודעק פֿון באַרג, ערשט דָוִד מיט זײַנע מענטשן נידערן אַראָפּ איר אַנטקעגן, און זי האָט זײ אָנגעטראָפֿן.

21 און דָוִד האָט געזאָגט: בלױז אומנישט האָב איך געהיט אַלץ װאָס געהערט צו דעם דאָזיקן אין מדבר, און גאָרנישט איז געמינערט געװאָרן פֿון אַלץ װאָס געהערט צו אים; און ער האָט מיר אומגעקערט אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה. 22 זאָל אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער צו די פֿײַנט פֿון דָוִדן, אױב איך װעל איבערלאָזן פֿון אַלע װאָס געהערן צו אים ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן!

23 און װי אַבֿיגַיִל האָט דערזען דָוִדן, אַזױ האָט זי געאײַלט און אַראָפּגענידערט פֿון אײזל, און איז געפֿאַלן אױף איר פּנים פֿאַר דָוִדס אָנגעזיכט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. 24 און זי איז געפֿאַלן צו זײַנע פֿיס, און האָט געזאָגט: אױף מיר אַלײן, מײַן האַר, די שולד! און זאָל דײַן דינסט, איך בעט דיך, רעדן אין דײַנע אױערן, און הער צו די װערטער פֿון דײַן דינסט. 25 זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר נישט טאָן זײַן האַרץ אױף דעם דאָזיקן נידערטרעכטיקן מענטשן, אױף נָבֿלן, װאָרעם אַזױ װי זײַן נאָמען, אַזױ איז ער. נָבֿל איז זײַן נאָמען, און מנוּװלדיקײט איז אין אים. און איך דײַן דינסט האָב נישט געזען די יונגען פֿון מײַן האַר, װאָס דו האָסט געשיקט. 26 און אַצונד, מײַן האַר, אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אַז דאָס האָט דיך ה׳ פֿאַרמיטן פֿון פֿאַרגײן בלוט-פֿאַרגיסונג, און זיך העלפֿן מיט דײַן אײגענער האַנט! און אַצונד, זאָלן װערן אַזױ װי נָבֿל דײַנע שׂונאים און די װאָס זוכן שלעכטס אױף מײַן האַר. 27 און אַצונד, זאָל די דאָזיקע מתּנה, װאָס דײַן דינסט האָט געבראַכט צו מײַן האַר, געגעבן װערן צו די יונגען װאָס גײען הינטער מײַן האַר. 28 פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן דינסט, װאָרעם מאַכן װעט ה׳ מאַכן מײַן האַר אַ זיכער הױז, װײַל די מלחמות פֿון ה׳ פֿירט מײַן האַר, און קײן בײז איז נישט געפֿונען געװאָרן אין דיר פֿון דײַן לעבטאָג אָן. 29 הגם אַ מענטש איז אױפֿגעשטאַנען זיך צו יאָגן נאָך דיר, און צו זוכן דײַן לעבן, װעט די זעל פֿון מײַן האַר זײַן אײַנגעבונדן אין דעם בינדעל פֿון לעבן בײַ ה׳ זײַן ג-ט, און די זעל פֿון דײַנע פֿײַנט, זי װעט ער אַװעקשלײַדערן אין אַ שלײַדערלעפֿל. 30 און עס װעט זײַן, אַז ה׳ װעט טאָן צו מײַן האַר אַזױ װי אַל דאָס גוטס װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף דיר, און ער װעט דיך באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער יִשׂרָאֵל, 31 זאָל דאָס דיר נישט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג, און פֿאַר אַ פֿאָרװוּרף פֿון האַרצן פֿון מײַן האַר, װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן בלוט אומזיסט, און װאָס מײַן האַר האָט זיך אַלײן געהאָלפֿן. און אַז ה׳ װעט באַגיטיקן מײַן האַר, זאָלסטו זיך דערמאָנען אָן דײַן דינסט.

32 האָט דָוִד געזאָגט צו אַבֿיגַיִלן: ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס האָט דיך הײַנטיקן טאָג געשיקט מיר אַנטקעגן. 33 און געבענטשט זאָל זײַן דײַן שׂכל, און געבענטשט זאָלסט דו זײַן, װאָס דו האָסט מיך הײַנטיקן טאָג פֿאַרמיטן פֿון באַגײן בלוט-פֿאַרגיסונג, און זיך העלפֿן מיט מײַן אײגענער האַנט. 34 װאָרעם פֿאַר װאָר, אַזױ װי עס לעבט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון דיר שלעכטס צו טאָן, אַז װען דו װאָלסט נישט געאײַלט און געקומען מיר אַנטקעגן, אױב עס װאָלט געבליבן בײַ נָבֿלן ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן אַ מאַנספּאַרשױן!

35 און דָוִד האָט אָנגענומען פֿון איר האַנט װאָס זי האָט אים געבראַכט, און צו איר האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף בשלום צו דײַן הױז. זע, איך האָב צוגעהערט צו דײַן קֹול, און האָב געשױנט דײַן פּנים.

36 און אַבֿיגַיִל איז געקומען צו נָבֿלן, ערשט ער האָט אַ מאָלצײַט בײַ זיך אין הױז, אַזױ װי אַ מאָלצײַט פֿון אַ מלך, און נָבֿלס האַרץ איז אים פֿרײלעך, און ער איז שכּור ביז גאָר. האָט זי אים קײן זאַך נישט דערצײלט, קלײן אָדער גרױס, ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן.

37 און עס איז געװען אין דער פֿרי, אַז דער װײַן איז אַרױס פֿון נָבֿלן, האָט אים זײַן װײַב דערצײלט די דאָזיקע זאַכן, און זײַן האַרץ איז אָפּגעשטאָרבן אין אים, און ער איז געװאָרן אַזױ װי שטײן. 38 און עס איז געװען אין אַרום צען טעג, האָט ה׳ געשלאָגן נָבֿלן, און ער איז געשטאָרבן.

39 האָט דָוִד געהערט, אַז נָבֿל איז געשטאָרבן, און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ װאָס האָט זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון מײַן חרפּה פֿון נָבֿלס האַנט, און האָט פֿאַרמיטן זײַן קנעכט פֿון שלעכטס; און דאָס שלעכטס פֿון נָבֿלן האָט ה׳ אומגעקערט אױף זײַן קאָפּ. און דָוִד האָט געשיקט און גערעדט צו אַבֿיגַיִלן, זי צו נעמען צו זיך פֿאַר אַ װײַב.

40 זײַנען געקומען דָוִדס קנעכט צו אַבֿיגַיִלן קײן כַּרמֶל, און זײ האָבן גערעדט צו איר, אַזױ צו זאָגן: דָוִד האָט אונדז געשיקט צו דיר, דיך צו נעמען צו אים פֿאַר אַ װײַב.

41 איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד, און זי האָט געזאָגט: אָט איז דײַן דינסט פֿאַר אַ שקלאַפֿין צו װאַשן די פֿיס פֿון קנעכט פֿון מײַן האַר.

42 און אַבֿיגַיִל האָט געאײַלט און איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געזעצט אױפֿן אײזל, מיט אירע פֿינף מײדלעך װאָס זײַנען געגאַנגען הינטער איר, און זי איז געגאַנגען נאָך די שלוחים פֿון דָוִדן. און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב.

43 און אַחינוֹעַמען האָט דָוִד גענומען פֿון יִזרְעֶאל; און זײ זײַנען אים בײדע געװאָרן פֿאַר װײַבער.

44 און שָאול האָט אַװעקגעגעבן זײַן טאָכטער מִיכל, דָוִדס װײַב, צו פַּלטי דעם זון פֿון לַיִשן װאָס פֿון גַלים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-