1 און ה׳ האָט געזאָגט צו שמוּאֵלן: ביז װאַנען װעסטו טרױערן װעגן שָאולן, אַז איך האָב אים פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן איבער יִשׂרָאֵל? פֿיל אָן דײַן האָרן מיט אײל, און קום איך װעל דיך שיקן צו יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם, װאָרעם איך האָב מיר געזען אַ מלך צװישן זײַנע זין. 2 האָט שמוּאֵל געזאָגט: װי קען איך גײן? אַז שָאול װעט הערן, װעט ער מיך הרגען. האָט ה׳ געזאָגט: אַ יונגע קו װעסטו נעמען מיט זיך, און װעסט זאָגן: צו שלאַכטן צו ה׳ בין איך געקומען. 3 און װעסט פֿאַררופֿן יִשַין צום שלאַכטאָפּפֿער, און איך װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן; און װעסט מיר זאַלבן דעם װאָס איך װעל דיר זאָגן.
4 האָט שמוּאֵל געטאָן װאָס ה׳ האָט געהײסן, און ער איז געקומען קײן בֵית-לֶחֶם. און די עלטסטע פֿון שטאָט האָבן געאײַלט אים אַנטקעגן, און געזאָגט: פֿריד צו דײַן קומען? 5 האָט ער געזאָגט: פֿריד! צו שלאַכטן צו ה׳ בין איך געקומען. הײליקט אײַך, און איר װעט קומען מיט מיר צום שלאַכטאָפּפֿער. און ער האָט געהײסן יִשַין און זײַנע זין זיך הײליקן, און האָט זײ פֿאַררופֿן צום שלאַכטאָפּפֿער.
6 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געקומען, אַזױ האָט ער דערזען אֶליאָבֿן, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַנטקעגן ה׳ איז זײַן געזאַלבטער. 7 האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרעם איך װיל אים נישט; װאָרעם עס איז נישט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער ה׳ זעט נאָכן האַרצן. 8 האָט יִשַי גערופֿן אַבֿינָדָבֿן, און האָט אים פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַר שמוּאֵלן, אָבער ער האָט געזאָגט: אױך דעם דאָזיקן האָט ה׳ נישט אױסדערװײלט. 9 האָט יִשַי פֿאַרבײַגעפֿירט שַמָהן, אָבער ער האָט געזאָגט: אױך דעם דאָזיקן האָט ה׳ נישט אױסדערװײלט. 10 אַזױ האָט יִשַי פֿאַרבײַגעפֿירט זיבן פֿון זײַנע זין פֿאַר שמוּאֵלן, און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו יִשַין: ה׳ האָט נישט אױסדערװײלט די דאָזיקע. 11 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו יִשַין: געענדיקט די יונגען? האָט ער געזאָגט: עס איז נאָך געבליבן דער קלענסטער; און אָט איז ער אַ פּאַסטוך בײַ די שאָף. האָט שמוּאֵל געזאָגט צו יִשַין: שיק און ברענג אים; װאָרעם מיר װעלן זיך נישט זעצן, ביז ער קומט אַהער. 12 האָט ער געשיקט און אים געבראַכט. און ער איז געװען אַ גערױטלטער, מיט שײנע אױגן און אַ פֿײַנעם אױסזען. און ה׳ האָט געזאָגט: שטײ אױף, זאַלב אים, װאָרעם ער איז דאָס. 13 האָט שמוּאֵל גענומען דעם האָרן מיט אײל, און האָט אים געזאַלבט אין מיטן זײַנע ברידער. און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געקומען אױף דָוִדן פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער. און שמוּאֵל איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעקגעגאַנגען קײן רָמָה.
14 און דער גײַסט פֿון ה׳ האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון שָאולן און אים האָט געשראָקן אַ בײזער גײַסט פֿון ה׳. 15 האָבן שָאולס קנעכט צו אים געזאָגט: זע נאָר: אַ בײזער גײַסט פֿון אלֹקים שרעקט דיך. 16 זאָל אַקאָרשט אונדזער האַר הײסן דײַנע קנעכט װאָס פֿאַר דיר, זײ זאָלן אױפֿזוכן אַ מאַן װאָס קען שפּילן אױף אַ האַרף; און עס װעט זײַן, װי דער בײזער גײַסט פֿון אלֹקים איז אױף דיר, אַזױ װעט ער שפּילן מיט זײַן האַנט, און דיר װעט בעסער װערן. 17 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זעט אַקאָרשט פֿאַר מיר אַ מאַן װאָס שפּילט גוט, און איר זאָלט אים ברענגען צו מיר. 18 האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די יונגען, און האָט געזאָגט: אָט האָב איך געזען אַ זון בײַ יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם, װאָס קען שפּילן, און איז אַ העלדישער גיבור און אַ מענטש פֿון מלחמה, און פֿאַרשטײט אַ זאַך, און איז אַ מענטש מיט אַ געשטאַלט, און ה׳ איז מיט אים.
19 האָט שָאול געשיקט שלוחים צו יִשַין, און אָנגעזאָגט: שיק צו מיר דײַן זון דָוִדן װאָס בײַ די שאָף. 20 האָט יִשַי גענומען אַן אײזל מיט ברױט און אַ לאָגל װײַן, און אײן ציגנבעקל, און געשיקט דורך דער האַנט פֿון זײַן זון דָוִדן צו שָאולן. 21 און דָוִד איז געקומען צו שָאולן, און איז געשטאַנען פֿאַר אים; און ער האָט אים זײער ליב געקריגן, און ער איז אים געװאָרן אַ װאַפֿנטרעגער. 22 און שָאול האָט געשיקט צו יִשַין, אַזױ צו זאָגן: זאָל, איך בעט דיך, דָוִד שטײן פֿאַר מיר, װאָרעם ער האָט געפֿונען חן אין מײַנע אױגן.
23 און עס איז געװען, װי דער גײַסט פֿון אלֹקים איז געװען אױף שָאולן, אַזױ פֿלעגט דָוִד נעמען די האַרף און שפּילן מיט זײַן האַנט, און שָאולן פֿלעגט אָפּגײן, און אים פֿלעגט בעסער װערן, און דער בײזער גײַסט פֿלעגט זיך אָפּטאָן פֿון אים.