1 און עס איז געװען אַ מאַן פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען מִיכָה. 2 האָט ער געזאָגט צו זײַן מוטער: די טױזנט מיט הונדערט זילבערשטיק װאָס זײַנען צוגענומען געװאָרן בײַ דיר, און װאָס דו האָסט װעגן זײ געשאָלטן, און האָסט עס אױך געזאָגט אין מײַנע אױערן – אָט איז דאָס זילבער בײַ מיר; איך האָב עס גענומען. האָט זײַן מוטער געזאָגט: געבענטשט זאָל זײַן מײַן זון פֿון ה׳! 3 און ער האָט אומגעקערט די טױזנט מיט הונדערט זילבערשטיק צו זײַן מוטער, און זײַן מוטער האָט געזאָגט: הײליקן האָב איך געהײליקט דאָס זילבער צו ה׳ פֿון מײַן האַנט פֿאַר מײַן זון, אױף צו מאַכן אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד; און אַצונד װעל איך עס דיר צוריקגעבן. 4 און אַז ער האָט אומגעקערט דאָס זילבער צו זײַן מוטער, האָט זײַן מוטער גענומען צװײ הונדערט זילבערשטיק, און האָט עס געגעבן צום שמעלצער, און ער האָט דערפֿון געמאַכט אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד, און עס איז געװען אין מִיכָהס הױז. 5 און דער מאַן מִיכָה האָט געהאַט אַ הױז פֿון אלֹקים, און ער האָט געמאַכט אַן אֵפֿוֹד און אַ תּרָפֿים, און האָט דערפֿילט די האַנט פֿון אײנעם פֿון זײַנע זין, און ער איז אים געװען פֿאַר אַ כּהן.
6 אין יענע טעג איז קײן מלך נישט געװען אין יִשׂרָאֵל; איטלעכער האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין זײַנע אױגן.
7 און עס איז געװען אַ יונגערמאַן פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, פֿון דער משפּחה פֿון יהוּדה; און ער איז געװען אַ לֵוִי, און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן. 8 און דער מאַן איז אַװעק פֿון דער שטאָט, פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, זיך אױפֿצוהאַלטן װוּ אים װעט זיך טרעפֿן; און ער איז געקומען צו געבערג פֿון אפֿרים ביז מִיכָהס הױז, צו מאַכן זײַן װעג װײַטער. 9 האָט מִיכָה צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער געזאָגט: אַ לֵוִי בין איך פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, און איך גײ זיך אױפֿהאַלטן װוּ מיר װעט זיך טרעפֿן. 10 האָט מִיכָה צו אים געזאָגט: בלײַב בײַ מיר, און זײַ מיר פֿאַר אַ פֿאָטער און פֿאַר אַ כּהן, און איך װעל דיר געבן צען זילבערשטיק אַ יאָר, און אַן אױסשטאַנד קלײדער, און דײַנע קעסט. איז דער לֵוִי אַרײַנגעגאַנגען. 11 און דער לֵוִי האָט אײַנגעװיליקט צו בלײַבן מיטן מאַן. און דער יונגערמאַן איז בײַ אים געװען אַזױ װי אײנער פֿון זײַנע זין. 12 און מִיכָה האָט דערפֿילט די האַנט פֿון דעם לֵוִי, און דער יונגערמאַן איז אים געװען פֿאַר אַ כּהן, און ער איז געװען אין מִיכָהס הױז. 13 און מִיכָה האָט געזאָגט: אַצונד װײס איך אַז ה׳ װעט מיך באַגיטיקן, אַז דער לֵוִי איז מיר געװאָרן פֿאַר אַ כּהן.