1 זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די גאַנצע עדה װי אײן מאַן, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע און לאַנד גִלעָד, האָט זיך אײַנגעזאַמלט צו ה׳ קײן מִצפָּה. 2 און די פֿאָרשטײער פֿון גאַנצן פֿאָלק, פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זיך געשטעלט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון ג-טס פֿאָלק, פֿיר הונדערט טױזנט פֿוסגײער װאָס ציען אַ שװערד. – 3 און די קינדער פֿון בנימין האָבן געהערט אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן מִצפָּה. – און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: דערצײלט, װי אַזױ איז געשען דאָס דאָזיקע בײז.
4 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מאַן דער לֵוִי, דער מאַן פֿון דער דערהרגעטער פֿרױ, און האָט געזאָגט: קײן גִבֿעָה װאָס געהערט צו בנימין, בין איך געקומען, איך און מײַן קעפּסװײַב, צו נעכטיקן. 5 זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף מיר די מענער פֿון גִבֿעָה, און האָבן אַרומגערינגלט דאָס הױז אַרום מיר בײַ נאַכט; מיך האָבן זײ געטראַכט צו הרגען, און מײַן קעפּסװײַב האָבן זײ געפּײַניקט ביז זי איז געשטאָרבן. 6 האָב איך אָנגענומען מײַן קעפּסװײַב, און האָב זי צעשניטן, און האָב זי פֿונאַנדערגעשיקט אין גאַנצן פֿעלד פֿון דער נחלה פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם זײ האָבן געטאָן אַ שענדלעכקײט און אַ נבֿלה אין יִשׂרָאֵל. 7 אָט זײַט איר אַלע, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, גיט אַהער אײַער באַשײד און עצה.
8 האָט זיך אױפֿגעהױבן דאָס גאַנצע פֿאָלק װי אײן מאַן, אַזױ צו זאָגן: מיר װעלן נישט גײן קײנער צו זײַן געצעלט, און מיר װעלן נישט אײַנקערן קײנער אין זײַן הױז! 9 און אַצונד איז דאָס די זאַך װאָס מיר װעלן טאָן צו גִבֿעָה: גײן אױף איר לױט גורל. 10 און מיר װעלן נעמען צען מאַן פֿון הונדערט, פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און הונדערט פֿון טױזנט, און טױזנט פֿון צען טױזנט, אױף צו ברענגען שפּײַז פֿאַרן פֿאָלק, כּדי זײ זאָלן טאָן, אַז זײ קומען צו גֶבַֿע-בנימין, לױט דער גאַנצער נבֿלה װאָס זי האָט געטאָן אין יִשׂרָאֵל.
11 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף דער שטאָט, באַהעפֿט װי אײן מאַן. 12 און די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשיקט מענטשן דורכן גאַנצן שבֿט בנימין, אַזױ צו זאָגן: װאָס פֿאַר אַ בײז איז דאָ געשען צװישן אײַך? 13 און אַצונד גיט אַרױס די מענטשן, די נידערטרעכטיקע יונגען, װאָס אין גִבֿעָה, און מיר װעלן זײ טײטן, און אױסראַמען דאָס בײז פֿון יִשׂרָאֵל. אָבער די קינדער פֿון בנימין האָבן נישט געװאָלט צוהערן צו דעם קֹול פֿון זײערע ברידער, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 14 און די קינדער פֿון בנימין האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון די שטעט קײן גִבֿעָה, כּדי אַרױסצוגײן אױף מלחמה מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 15 און די קינדער פֿון בנימין האָבן אין יענעם טאָג זיך געצײלט פֿון די שטעט זעקס און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד, אַחוץ די באַװױנער פֿון גִבֿעָה װאָס האָבן זיך געצײלט זיבן הונדערט געקליבענע מענער. 16 דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, זיבן הונדערט געקליבענע מענער, זײַנען געװען געלינקטע. איטלעכער פֿון די האָט געװאָרפֿן אַ שטײן אין אַ האָר, און נישט פֿאַרפֿעלט.
17 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך געצײלט אַחוץ בנימין פֿיר הונדערט טױזנט מאַן װאָס ציען אַ שװערד; אַלע די דאָזיקע, מלחמה-לײַט. 18 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בֵית-אֵל, און האָבן געפֿרעגט בײַ אלֹקים. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: װער זאָל אונדז אַרױפֿגײן צוערשט אױף מלחמה מיט די קינדער פֿון בנימין? האָט ה׳ געזאָגט: יהוּדה צוערשט.
19 זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין דער פֿרי, און זײ האָבן געלעגערט אױף גִבֿעָה, 20 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה מיט בנימין; און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ בײַ גִבֿעָה. 21 זײַנען די קינדער פֿון בנימין אַרױסגעגאַנגען פֿון גִבֿעָה, און זײ האָבן אומגעבראַכט פֿון יִשׂרָאֵל אין יענעם טאָג צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן צו דער ערד.
22 אָבער דאָס פֿאָלק, די מענער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זיך געשטאַרקט, און זײ האָבן װידער אָנגעריכט אַ מלחמה אין דעם אָרט װאָס זײ האָבן דאָרטן אָנגעריכט אין ערשטן טאָג.
23 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן געװײנט פֿאַר ה׳ ביזן אָװנט, און זײ האָבן געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װידער גענענען אױף מלחמה מיט די קינדער פֿון מײַן ברודער בנימין? האָט ה׳ געזאָגט: גײט אַרױף אַקעגן אים.
24 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן גענענט צו די קינדער פֿון בנימין אױפֿן צװײטן טאָג. 25 און בנימין איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ פֿון גִבֿעָה אױפֿן צװײטן טאָג, און זײ האָבן אומגעבראַכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל נאָך אַכצן טױזנט מאַן צו דער ערד; אַלע די דאָזיקע האָבן געצױגן אַ שװערד. 26 זײַנען אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַרױפֿגעגאַנגען, און זײ זײַנען געקומען קײן בֵית-אֵל, און האָבן געװײנט, און זײ זײַנען געזעסן דאָרטן פֿאַר ה׳, און האָבן געפֿאַסט אין יענעם טאָג ביזן אָװנט, און אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר ה׳. 27 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿרעגט בײַ ה׳ – װאָרעם דער אָרון פֿון ג-טס ברית איז דאָרט געװען אין יענע טעג; 28 און פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹנען איז געשטאַנען פֿאַר אים אין יענע טעג – אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װידער אַרױסגײן אױף מלחמה מיט די קינדער פֿון מײַן ברודער בנימין, אָדער איך זאָל אױפֿהערן? האָט ה׳ געזאָגט: גײט אַרױף, װאָרעם מאָרגן װעל איך אים געבן אין דײַן האַנט.
29 האָט יִשׂרָאֵל געשטעלט לױערער אױף גִבֿעָה רונד אַרום. 30 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַקעגן די קינדער פֿון בנימין אױפֿן דריטן טאָג, און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן גִבֿעָה, אַזױ װי די פֿריִערדיקע מאָל. 31 און די קינדער פֿון בנימין זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן דעם פֿאָלק – זײ זײַנען אָפּגעצױגן געװאָרן פֿון שטאָט; און זײ האָבן אָנגעהױבן אַװעקלײגן פֿון דעם פֿאָלק דערשלאָגענע אַזױ װי די פֿריעדיקע מאָל, אױפֿן פֿעלד, אױף די װעגן װאָס אײנער גײט אַרױף קײן בֵית-אֵל, און אײנער קײן גִבֿעָה, אַרום דרײַסיק מאַן פֿון יִשׂרָאֵל. 32 און די קינדער פֿון בנימין האָבן געזאָגט: זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; אָבער די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: לאָמיר אַנטלאָפֿן און זײ אָפּציִען פֿון שטאָט צו די װעגן. 33 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון זײער אָרט, און האָבן זיך אױסגעשטעלט אין בַעַל-תָּמר. און די לױערער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעשפּרונגען פֿון זײער אָרט, פֿון מַערה-גֶבַֿע. 34 און זײ זײַנען געקומען פֿון אַקעגן גִבֿעָה, צען טױזנט געקליבענע מענער פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און עס איז געװען אַ שװערע מלחמה; און יענע האָבן נישט געװוּסט, אַז זײ טרעפֿט אַן אומגליק. 35 און ה׳ האָט געשלאָגן בנימין פֿאַר יִשׂרָאֵל, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אומגעבראַכט פֿון בנימין אין יענעם טאָג פֿינף און צװאַנציק טױזנט און הונדערט מאַן; אַלע די דאָזיקע האָבן געצױגן אַ שװערד.
36 און די קינדער פֿון בנימין האָבן געזען, אַז זײ זײַנען געשלאָגן. און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געלאָזט אָרט פֿאַר די קינדער פֿון בנימין, װאָרעם זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט אױף די לױערער װאָס זײ האָבן געשטעלט אױף גִבֿעָה. 37 און די לױערער האָבן געאײַלט און זיך אַ לאָז געטאָן אױף גִבֿעָה, און די לױערער האָבן אַרײַנגעצױגן און האָבן געשלאָגן די גאַנצע שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד.
38 און אַן אָפּרעד איז געװען בײַ די מענער פֿון יִשׂרָאֵל מיט די לױערער, זײ זאָלן מאַכן אױפֿגײן אַ גרױס װאָלקן רױך פֿון שטאָט. 39 און װי די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט אין דער מלחמה, און בנימין האָט אָנגעהױבן אַװעקלײגן דערשלאָגענע פֿון די מענער פֿון יִשׂרָאֵל, אַרום דרײַסיק מאַן, װײַל זײ האָבן געזאָגט: פֿאַר װאָר, געשלאָגן איז ער געשלאָגן פֿאַר אונדז, אַזױ װי אין דער ערשטער מלחמה – 40 אַזױ האָט דער װאָלקן אָנגעהױבן אױפֿגײן פֿון שטאָט, אַ זײַל רױך, און בנימין האָט זיך אומגעקערט הינטער זיך, ערשט די גאַנצע שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען אין רױך צום הימל. 41 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט, און די מענער פֿון בנימין זײַנען צעטומלט געװאָרן, װאָרעם זײ האָבן געזען אַז אַן אומגליק האָט זײ געטראָפֿן. 42 און זײ האָבן זיך אַװעקגעקערט פֿאַר די מענער פֿון יִשׂרָאֵל צום װעג פֿון מדבר, אָבער די מלחמה האָט זײ אָנגעיאָגט; און די װאָס פֿון די שטעט האָבן אים אומגעבראַכט אין זײַן מיט. 43 זײ האָבן אַרומגערינגלט בנימין, אים נאָכגעיאָגט, צו מנוחה אים געטריבן, ביז קעגן גִבֿעָה צו זונאױפֿגאַנג. 44 און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון בנימין אַכצן טױזנט מאַן; אַלע די דאָזיקע, העלדישע לײַט.
45 און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַנטלאָפֿן צום מדבר, צום פֿעלדז רִמון, אָבער יענע האָבן נאָכגעקליבן פֿון זײ אױף די װעגן פֿינף טױזנט מאַן, און זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט ביז גדעום, און געשלאָגן פֿון זײ צװײ טױזנט מאַן. 46 און אַלע װאָס זײַנען געפֿאַלן פֿון בנימין אין יענעם טאָג, זײַנען געװען פֿינף און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס האָבן געצױגן אַ שװערד, אַלע די דאָזיקע, העלדישע לײַט. 47 אָבער זעקס הונדערט מאַן האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַנטלאָפֿן צום מדבר, צום פֿעלדז רִמון, און זײ זײַנען געזעסן אין פֿעלדז רִמון פֿיר חדשים.
48 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט צו די קינדער פֿון בנימין, און האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, פֿון דער גאַנצער שטאָט ביז אַ בהמה, ביז אַלץ װאָס האָט זיך דאָרטן געפֿונען; אױך האָבן זײ אַלע שטעט װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, אַװעקגעלאָזט אין פֿײַער.