Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 135

1 הַלְלוּ יָהּ.

לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳,

לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,

2 איר װאָס שטײט אין דעם הױז פֿון ה׳,

אין די הױפֿן פֿון דעם בֵית הַמִקדָש פֿון אלוקינו.

3 לױבט ה׳, װאָרעם ה׳ איז גוט,

זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרעם ער איז ליב.

4 װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ,

יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס.

5 װאָרעם איך װײס אַז ה׳ איז גרױס,

און אונדזער האַר איבער אַלע ג-טער.

6 אַלץ װאָס ה׳ באַגערט, טוט ער,

אין הימל און אױף דער ערד,

אין די ימען און אַלע תּהומען.

7 ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד,

ער מאַכט בליצן צום רעגן,

ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.

8 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכוֹרים פֿון מִצרַיִם,

פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה.

9 האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מִצרַיִם,

אױף פַּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט.

10 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער,

און געהרגעט מאַכטיקע מלכים:

11 סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי,

און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן,

און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן;

12 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,

אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן פֿאָלק.

13 ה׳, דײַן נאָמען איז אױף אײביק,

ה׳, דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.

14 װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק,

און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרעמען.

15 די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד,

דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.

16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט,

זײ האָבן אױגן און זעען נישט;

17 זײ האָבן אױערן און הערן נישט;

נישטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.

18 זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ,

איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.

19 הױז פֿון יִשׂרָאֵל, לױבט ה׳;

הױז פֿון אַהרֹן, לױבט ה׳;

20 הױז פֿון לֵוִי, לױבט ה׳;

איר יראי ה׳, לױבט ה׳.

21 ברוך ה׳ פֿון צִיוֹן,

װאָס רוט אין ירושָלַיִם.

הַלְלוּ יָהּ.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.