Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 21

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 ה׳, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך,

און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!

3 דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן,

און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו נישט פֿאַרמיטן.

סֶלָה.

4 װאָרעם דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס,

טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן.

5 לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן;

אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק.

6 גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף,

גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף.

7 װאָרעם דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק,

דערפֿרײסט אים מיט שׂימחה פֿאַר דײַן פּנים.

8 װאָרעם דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,

און דורך דעם חֶסֶד פֿון עליון װעט ער נישט אומפֿאַלן.

9 דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט,

דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים.

10 װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן;

ה׳ װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס,

און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן.

11 זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד,

און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער.

12 װאָרעם זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר;

זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ נישט אױספֿירן.

13 װאָרעם װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן,

מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים.

14 דערהײב דיך, ה׳, אין דײַן שטאַרקײט;

מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.