Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 10

1 פֿאַר װאָס, ה׳, שטײסטו פֿון דער װײַטן,

פֿאַרהױלסטו זיך אין צײַטן פֿון נױט?

2 מיט גאװה פֿון רשע יאָגט מען דעם אָרעמאַן;

זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!

3 װאָרעם דער רשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון זײַן זעל,

און דער גײציקער רימט זיך: ער שפּאָט פֿון ה׳.

4 דער רשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון זײַן פּנים: מע מאָנט נישט;

נישטאָ קײן אלֹקים, זײַנען אַלע זײַנע טראַכטונגען.

5 זײַנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צײַט,

װײַט איבער אים זײַנען דײַנע משפּטים;

אַלע זײַנע פֿײַנט – ער בלאָזט אױף זײ.

6 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל נישט אומפֿאַלן,

אױף דור-דורות נישט זײַן אין קײן בײז.

7 מיט קללות איז פֿול זײַן מױל, און מיט באַטרוג און דריקונג,

אונטער זײַן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן.

8 ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן,

אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן;

זײַנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן.

9 ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין זײַן צודעק,

ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרעמאַן;

ער כאַפּט דעם אָרעמאַן, אַז ער ציט אים אין זײַן נעץ.

10 ער דריקט זיך, ער בײגט זיך,

ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין זײַנע קלױען.

11 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: פֿאַרגעסן האָט אֵל;

ער האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, ער װעט אױף אײביק נישט זען.

12 שטײ אױף ה׳, אֵל, הײב אױף דײַן האַנט,

זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די געדריקטע.

13 פֿאַר װאָס לעסטערט דער רשע אלֹקים,

זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט נישט?

14 דו האָסט געזען; װאָרעם דו קוקסט צו לײַד און קומער,

כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט.

אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער,

דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער.

15 צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם רשע,

און בײַם שלעכטן זאָלסטו זוכן זײַן בײז

ביז װעסט מער נישט געפֿינען.

16 ה׳ איז אַ מלך אײביק און שטענדיק,

די פֿעלקער גײען אונטער פֿון זײַן לאַנד.

17 דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט, ה׳;

פֿעסטיקסט זײער האַרץ, נײַגסט צו דײַן אױער;

18 צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן;

אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער נישט שרעקן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.