Publicidade

Gênesis 36

1 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂון, דאָס איז אֶדוֹם. 2 עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן: עָדָה די טאָכטער פֿון אֵילוֹן דעם חִתּי, און אָהליבָֿמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן, די טאָכטער פֿון צִבֿעוֹן דעם חִוִי; 3 און בשׂמַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאלן, די שװעסטער פֿון נבָֿיוֹתן. 4 און עָדָה האָט עֵשָׂון געבאָרן אֶליפַֿזן; און בשׂמַת האָט געבאָרן רְעואֵלן; 5 און אָהליבָֿמָה האָט געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קֹרַחן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂון, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין לאַנד כּנַעַן.

6 און עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער, און זײַנע זין און זײַנע טעכטער, און אַלע נפֿשות פֿון זײַן הױזגעזינט, און זײַן פֿיך, און אַלע זײַנע בהמות, און זײַן גאַנץ אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין לאַנד כּנַעַן, און ער איז אַװעקגעגאַנגען אין אַ לאַנד, אַװעק פֿון זײַן ברודער יעקבֿן. 7 װאָרעם זײער פֿאַרמעג איז געװען צו גרױס אױף צו זיצן בײַנאַנד, און דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפֿט האָט זײ נישט געקענט טראָגן פֿון װעגן זײער פֿיך. 8 האָט עֵשָׂו זיך באַזעצט אױפֿן באַרג שֵׂעִיר; עֵשָׂו דאָס איז אֶדוֹם.

9 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂו דעם פֿאָטער פֿון אֶדוֹם אױפֿן באַרג שֵׂעִיר. 10 דאָס זײַנען די נעמען פֿון עֵשָׂוס זין: אֶליפַֿז דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן, רְעואֵל דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 11 און די זין פֿון אֶליפַֿזן זײַנען געװען: תֵּימָן, אוֹמָר, צפוֹ, און גַעְתָּם, און קנַז. 12 און תִּמנַע איז געװען אַ קעפּסװײַב פֿון עֵשָׂוס זון אֶליפַֿזן, און זי האָט אֶליפַֿזן געבאָרן עַמָלֵקן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן. 13 און דאָס זײַנען די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, און זֶרַח, שַמָה, און מִזָה. דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 14 און דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן, דער טאָכטער פֿון צִבֿעוֹנען; זי האָט עֵשָׂון געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קֹרַחן.

15 דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די קינדער פֿון עֵשָׂו: די קינדער פֿון עֵשָׂוס בכוֹר אֶליפַֿזן: דער פֿירשט תֵּימָן, דער פֿירשט אוֹמָר, דער פֿירשט צפוֹ, דער פֿירשט קנַז, 16 דער פֿירשט קֹרַח, דער פֿירשט גַעְתָּם, דער פֿירשט עַמָלֵק. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶליפַֿז אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עָדָהן. 17 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס זון רְעואֵלן: דער פֿירשט נַחַת, דער פֿירשט זֶרַח, דער פֿירשט שַמָה, דער פֿירשט מִזָה. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון רְעואֵל אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 18 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָהן: דער פֿירשט יְעוש, דער פֿירשט יַעְלָם, דער פֿירשט קֹרַח; דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן. 19 דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂו, און דאָס זײַנען זײערע פֿירשטן; דאָס איז אֶדוֹם.

20 דאָס זײַנען די זין פֿון שֵׂעִיר דעם חוֹרי, די באַװױנער פֿון לאַנד: לוֹטָן, און שוֹבָֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, 21 און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן, דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די חוֹרים, די קינדער פֿון שֵׂעִיר אין לאַנד אֶדוֹם. 22 און די זין פֿון לוֹטָנען זײַנען געװען חוֹרי און הֵימָם. און לוֹטָנס שװעסטער איז געװען תִּמנַע. 23 און דאָס זײַנען די זין פֿון שוֹבָֿלן: עַלוָן, און מָנַחַת, און עֵיבֿל, שפוֹ, און אוֹנָם. 24 און דאָס זײַנען די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה און עַנָה. דאָס איז דער עַנָה װאָס האָט געפֿונען די הײסע קװאַלן אין דער מדבר, װען ער האָט געפֿיטערט די אײזלען פֿון זײַן פֿאָטער צִבֿעוֹנען. 25 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עַנָהן: דִשוֹן, און אָהליבָֿמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן. 26 און דאָס זײַנען די זין פֿון דישָנען: חֶמדָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כּרָן. 27 דאָס זײַנען די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, און עַקָן. 28 דאָס זײַנען די זין פֿון דישָנען: עוץ און אַרָן.

29 דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון דעם חוֹרי: דער פֿירשט לוֹטָן, דער פֿירשט שוֹבָֿל, דער פֿירשט צִבֿעוֹן, דער פֿירשט עַנָה, 30 דער פֿירשט דִשוֹן, דער פֿירשט אֵצֶר, דעם פֿירשט דישָן. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די חוֹרים, לױט זײערע פֿירשטן אין לאַנד שֵׂעִיר.

31 און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם, אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 32 עס האָט געקיניגט אין אֶדוֹם בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה. 33 איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בָצרָה. 34 איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני. 35 איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית. 36 איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה. 37 איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך. 38 איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן. 39 איז בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַר; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעו; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן.

40 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די פֿירשטן פֿון עֵשָׂו, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע ערטער, מיט זײערע נעמען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת, 41 דער פֿירשט פֿון אָהליבָֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן, 42 דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר, 43 דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם לױט זײערע װױנערטער, אין דעם לאַנד פֿון זײער אײגנטום. דאָס איז עֵשָׂו דער פֿאָטער פֿון אֶדוֹם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-