Publicidade

Gênesis 12

לֶך-לְךֳ

1 און ה׳ האָט געזאָגט צו אַבֿרמען: גײ דיר אַװעק פֿון דײַן לאַנד, און פֿון דײַן אָפּשטאַם, און פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, צו דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װײַזן. 2 און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק, און איך װעל דיך בענטשן, און גרײסן דײַן נאָמען, און דו זאָלסט זײַן אַ ברכה. 3 און איך װעל בענטשן די װאָס בענטשן דיך, און דעם װאָס פֿלוכט דיך װעל איך פֿאַרשילטן; און מיט דיר װעלן זיך בענטשן אַלע משפּחות פֿון דער ערד.

4 און אַבֿרם איז געגאַנגען אַזױ װי ה׳ האָט צו אים גערעדט; און לוֹט איז מיטגעגאַנגען מיט אים. און אַבֿרם איז געװען אַ מאַן פֿון פֿינף און זיבעציק יאָר בײַ זײַן אַרױסגײן פֿון חָרָן. 5 און אַבֿרם האָט גענומען זײַן װײַב שָׂרַין, און זײַן ברודערס זון לוֹטן, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן, און די נפֿשות װאָס זײ האָבן זיך אָנגעשאַפֿט אין חָרָן, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן; און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן. 6 און אַבֿרם איז דורכגעגאַנגען דורכן לאַנד ביז דעם אָרט פֿון שכֶם, ביז דעם אײכנבױם מוֹרֶה. און דער כּנַעֲני איז דענצמאָל געװען אין לאַנד.

7 און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אַבֿרמען, און האָט געזאָגט: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳ װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים.

8 און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן צום באַרג, אין מזרח פֿון בֵית-אֵל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט מיט בֵית-אֵל פֿון מערבֿ, און עַי פֿון מזרח; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.

9 און אַבֿרם האָט געצױגן, ציענדיק אַלץ װײַטער צו דָרום.

10 איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, און אַבֿרם האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, זיך דאָרטן אױפֿצוהאַלטן, װאָרעם דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 11 און עס איז געװען, װי ער איז געקומען נאָנט צו מִצרַיִם, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן װײַב שָׂרַין: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דו ביסט אַ פֿרױ פֿון אַ שײנעם אױסזען. 12 איז, װי די מִצרַיִם װעלן דיך זען, אַזױ װעלן זײ זאָגן: דאָס איז זײַן װײַב; און זײ װעלן מיך הרגען, און דיך װעלן זײ לאָזן לעבן. 13 זאָג, איך בעט דיך, דו ביסט מײַנע אַ שװעסטער, כּדי מיר זאָל גוט זײַן פֿון דײַנעטװעגן, און מײַן נפֿש זאָל בלײַבן לעבן צוליב דיר.

14 און עס איז געװען, װי אַבֿרם איז געקומען קײן מִצרַיִם, אַזױ האָבן די מִצרַיִם געזען די פֿרױ, אַז זי איז זײער שײן. 15 און די האַרן פֿון פַּרעהן האָבן זי געזען, און האָבן זי פֿאַרלױבט פֿאַר פַּרעהן, און די פֿרױ איז צוגענומען געװאָרן אין פַּרעהס הױז. 16 און אַבֿרמען האָט ער באַגיטיקט פֿון אירעטװעגן; און ער האָט געקריגן שאָף, און רינדער, און אײזלען, און קנעכט, און דינסטן, און אײזעלינס, און קעמלען.

17 האָט ה׳ געפּלאָגט פַּרעהן און זײַן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן פֿון װעגן שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב. 18 און פַּרעה האָט גערופֿן אַבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו מיר נישט געזאָגט אַז זי איז דײַן װײַב? 19 למאַי האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער, און איך האָב זי גענומען פֿאַר אַ װײַב? און אַצונד, אָט איז דײַן װײַב, נעם און גײ.

20 און פַּרעה האָט באַפֿױלן װעגן אים מענטשן, און זײ האָבן אַרױסבאַלײט אים, און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-