1 און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט. 2 און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט. 3 און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק. 4 און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יִצחָקן צו אַכט טעג, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן. 5 און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יִצחָק איז אים געבאָרן געװאָרן.
6 און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר אלֹקים געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר. 7 און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?
8 און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יִצחָק איז אַנטװױנט געװאָרן.
9 און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער האָט אָפּשפּעטן פֿון אים. 10 און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרעם דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט נישט ירשען מיט מײַן זון, מיט יִצחָקן.
11 און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון. 12 האָט אלֹקים געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל נישט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קֹול, װאָרעם אױף יִצחָקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמען. 13 אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.
14 האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַֿע. 15 איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך, 16 און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרעם זי האָט געזאָגט: לאָמיך נישט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול און האָט געװײנט. 17 האָט אלֹקים געהערט דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל, און דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל װוּ ער איז דאָרט. 18 שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרעם פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.
19 און אלֹקים האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.
20 און אלֹקים איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגן-שיסער. 21 און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.
22 און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט; 23 דערום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חֶסֶד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.
24 האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן. 25 אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אַבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אַבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט. 26 האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס נישט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרעם נישט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און נישט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.
27 האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אַבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ ברית. 28 און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער. 29 האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער? 30 האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוזטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם. 31 דערום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַֿע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבֿועה.
32 אַזױ האָבן זײ געשלאָסן אַ ברית אין באֵר-שֶבַֿע; און אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים. 33 און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַֿע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳, דעם אײביקן ג-ט.
34 און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.