1 און אבֿרהם איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און ה׳ האָט געבענטשט אבֿרהמען מיט אַלצדינג. 2 האָט אבֿרהם געזאָגט צו זײַן קנעכט, דעם עלטסטן פֿון זײַן הױז, װאָס האָט געװעלטיקט איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט: טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, 3 און איך װעל דיך באַשװערן בײַ ה׳ דעם ג-ט פֿון הימל און דעם ג-ט פֿון דער ערד, אַז דו זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ צװישן אים. 4 נײערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם זאָלסטו גײן, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿאַר יִצחָקן.
5 האָט דער קנעכט צו אים געזאָגט: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן נאָך מיר אין דעם היגן לאַנד; זאָל איך נישט אַנדערש אומקערן דײַן זון צו דעם לאַנד װאָס דו ביסט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען?
6 האָט אבֿרהם צו אים געזאָגט: היט דיך, זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין. 7 ה׳ אלוקי הימל, װאָס האָט מיך אַרױסגענומען פֿון דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און פֿון דעם לאַנד פֿון מײַן געבורט, און װאָס האָט צו מיר גערעדט, און װאָס האָט מיר געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד – ער װעט שיקן זײַן מלאך דיר פֿאַרױס, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון דאָרטן. 8 און אױב די פֿרױ װעט נישט װעלן גײן נאָך דיר, װעסטו זײַן פֿרײַ פֿון דער דאָזיקער שבֿועה מײַנער; אָבער זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין.
9 האָט דער קנעכט געטאָן זײַן האַנט אונטער דעם דיך פֿון זײַן האַר אבֿרהמען, און ער האָט אים געשװאָרן אױף דער דאָזיקער זאַך.
10 און דער קנעכט האָט גענומען צען קעמלען פֿון די קעמלען פֿון זײַן האַר, און איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַלעם בעסטן פֿון זײַן האַר אין זײַן האַנט; און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן אַרַם-נַהרַיִם, צו דער שטאָט פֿון נָחוֹרן. 11 און ער האָט געמאַכט קניען די קעמלען אױסן שטאָט בײַם ברונעם װאַסער, אין אָװנט-צײַט, אין דער צײַט װאָס די שעפּערינס גײען אַרױס. 12 און ער האָט געזאָגט: ה׳, אלֹקים פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, ביטע לאָזן מיר מצליח זײַן הײַנט, איך בעט דיך, און טו חֶסֶד מיט מײַן האַר אבֿרהמען. 13 אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער, און די טעכטער פֿון די שטאָטלײַט קומען אַרױס שעפּן װאַסער; 14 זאָל זײַן, אַז די מײדל װאָס איך װעל צו איר זאָגן: בײג אײַן, איך בעט דיך, דײַן קרוג, און לאָמיך טרינקען, און זי װעט זאָגן: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען, האָסטו זי באַשערט פֿאַר דײַן קנעכט יִצחָקן, און דערמיט װעל איך װיסן אַז דו האָסט געטאָן חֶסֶד מיט מײַן האַר.
15 און עס איז געװען, אײדער נאָך ער האָט געענדיקט רעדן, ערשט רבקה קומט אַרױס – די װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּה, דער װײַב פֿון נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער – מיט איר קרוג אױף איר אַקסל. 16 און די מײדל איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען, אַ יונגפֿרױ װאָס קײן מאַן האָט נאָך זי נישט געקענט; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל, און האָט אָנגעפֿילט איר קרוג, און איז אַרױפֿגעקומען. 17 איז דער קנעכט איר געלאָפֿן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: לאָז מיך אַ זופּ טאָן, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג. 18 האָט זי געזאָגט: טרינק מײַן האַר; און זי האָט אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג אױף איר האַנט, און האָט אים געגעבן טרינקען. 19 און אַז זי האָט געענדיקט אים געבן טרינקען, האָט זי געזאָגט: אױך פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, ביז זײ האָבן געענדיקט טרינקען.
20 און זי האָט אױף גיך אױסגעלײדיקט איר קרוג אין דער קאָריטע, און איז װידער געלאָפֿן צום ברונעם אָנשעפּן, ביז זי האָט אָנגעשעפּט פֿאַר אַלע זײַנע קעמלען. 21 און דער מאַן קוקט זי אָן שװײַגעדיק, צו װיסן אױב ה׳ האָט באַגליקט זײַן װעג אָדער נישט. 22 און עס איז געװען, װי די קעמלען האָבן געענדיקט טרינקען, אַזױ האָט דער מאַן גענומען אַ גילדערנעם נאָזרינג װאָס זײַן װאָג איז געװען אַ בקַע, און צװײ אָרעמבענדער פֿאַר אירע הענט, װאָס זײער װאָג איז געװען צען גאָלדשטיק. 23 און ער האָט געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? זאָג מיר, איך בעט דיך, איז דאָ אין דײַן פֿאָטערס הױז אַן אָרט פֿאַר אונדז צום נעכטיקן?
24 האָט זי צו אים געזאָגט: איך בין די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּהן, װאָס זי האָט געבאָרן נָחוֹרן. 25 און זי האָט צו אים געזאָגט: אי שטרױ אי פֿוטער אַ סך איז דאָ בײַ אונדז, אי אַן אָרט צום נעכטיקן.
26 האָט דער מאַן זיך גענײגט און זיך געבוקט צו ה׳. 27 און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ דער ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט צו מײַן האַר; מיך האָט ה׳ געפֿירט אױף דעם װעג צו דעם הױז פֿון מײַן האַרס ברידער.
28 און די מײדל איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט אין איר מוטערס הױז די דאָזיקע זאַכן. 29 און רבקה האָט געהאַט אַ ברודער װאָס זײַן נאָמען איז געװען לָבָֿן; איז לָבָֿן אַרױסגעלאָפֿן צו דעם מאַן דרױסן צום קװאַל. 30 און עס איז געװען, װי ער האָט דערזען דעם נאָזרינג, און די אָרעמבענדער אױף די הענט פֿון זײַן שװעסטער, און װי ער האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן שװעסטער רבקהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דער מאַן צו מיר גערעדט – איז ער געקומען צו דעם מאַן װי ער שטײט בײַ די קעמלען לעבן קװאַל, 31 און ער האָט געזאָגט: קום, געבענטשטער פֿון ה׳, פֿאַר װאָס שטײסטו דרױסן? איך האָב דאָך אױפֿגעראַמט דאָס הױז, און אַן אָרט פֿאַר די קעמלען.
32 איז דער מאַן אַרײַנגעגאַנגען אין הױז; און ער האָט אָפּגעבונדן די קעמלען, און האָט דערלאַנגט שטרױ און פֿוטער פֿאַר די קעמלען, און װאַסער צו װאַשן זײַנע פֿיס, און די פֿיס פֿון די מענטשן װאָס מיט אים. 33 און עס איז געשטעלט געװאָרן פֿאַר אים צום עסן, אָבער ער האָט געזאָגט: איך װעל נישט עסן, ביז איך האָב גערעדט מײַנע רײד. האָט ער געזאָגט: רעד.
34 האָט ער געזאָגט: דער קנעכט פֿון אבֿרהמען בין איך. 35 און ה׳ האָט זײער געבענטשט מײַן האַר, און ער איז געװאָרן רײַך; און ער האָט אים געגעבן שאָף און רינדער, און זילבער און גאָלד, און קנעכט און דינסטן, און קעמלען און אײזלען. 36 און שׂרה, מײַן האַרס װײַב, האָט געבאָרן אַ זון צו מײַן האַר אױף איר עלטער; און ער האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט. 37 און מײַן האַר האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ אין זײַן לאַנד. 38 נישט אַנדערש נאָר צו מײַן פֿאָטערס הױז זאָלסטו גײן, און צו מײַן משפּחה, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון. 39 האָב איך געזאָגט צו מײַן האַר: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן מיט מיר? 40 האָט ער צו מיר געזאָגט: ה׳ װאָס איך בין געגאַנגען פֿאַר אים, װעט שיקן זײַן מלאך מיט דיר, און װעט באַגליקן דײַן װעג, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿון מײַן משפּחה און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. 41 דענצמאָל װעסטו פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה, אַז דו װעסט קומען צו מײַן משפּחה; און אױב זײ װעלן דיר נישט געבן, װעסטו אױך פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה. 42 בין איך געקומען הײַנט צום קװאַל, און האָב געזאָגט: ה׳, ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, אױב דו װילסט, איך בעט דיך, באַגליקן מײַן װעג װאָס איך גײ אױף אים: 43 אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער; און עס זאָל זײַן, אַז די יונגפֿרױ װאָס קומט אַרױס שעפּן, און איך װעל זאָגן צו איר: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג, 44 און זי װעט זאָגן צו מיר: אי דו טרינק, אי פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, זאָל זי זײַן די װײַב, װאָס ה׳ האָט באַשערט פֿאַר מײַן האַרס זון. 45 נאָך אײדער איך ענדיק רעדן צו מײַן האַרצן, ערשט רבקה קומט אַרױס מיט איר קרוג אױף איר אַקסל; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל און האָט אָנגעשעפּט. האָב איך צו איר געזאָגט: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך. 46 האָט זי אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג פֿון זיך, און האָט געזאָגט: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען. האָב איך געטרונקען, און אױך די קעמלען האָט זי אָנגעטרונקען. 47 האָב איך זי געפֿרעגט און האָב געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? האָט זי געזאָגט: די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון נָחוֹרן, װאָס מִלכָּה האָט געבאָרן צו אים. און איך האָב אָנגעטאָן דעם נאָזרינג אױף איר נאָז, און די אָרעמבענדער אױף אירע הענט. 48 און איך האָב מיך גענײגט און מיך געבוקט צו ה׳, און איך האָב געלױבט ה׳ דעם ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט מיך געפֿירט אױפֿן ריכטיקן װעג צו קריגן די טאָכטער פֿון מײַן האַרס אַן אײגענעם פֿאַר זײַן זון. 49 און אַצונד, אױב איר װילט טאָן אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט מיט מײַן האַר, זאָגט מיר; און אױב נישט, זאָגט מיר; און איך װעל מיך קערן אױף רעכטס אָדער אױף לינקס.
50 האָט געענטפֿערט לָבָֿן און בתואֵל, און זײ האָבן געזאָגט: די זאַך איז אַרױס פֿון ה׳; מיר קענען נישט רעדן צו דיר שלעכטס אָדער גוטס. 51 אָט איז רבקה פֿאַר דיר, נעם און גײ, און זאָל זי זײַן אַ װײַב צו דעם זון פֿון דײַן האַר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
52 און עס איז געװען, װי דער קנעכט פֿון אבֿרהמען האָט געהערט זײערע װערטער, אַזױ האָט ער זיך געבוקט צו דער ערד פֿאַר ה׳. 53 און דער קנעכט האָט אַרױסגענומען זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער, און געגעבן רבקהן; אױך איר ברודער און איר מוטער האָט ער געגעבן טײַערע מתָּנות. 54 און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, ער און די מענטשן װאָס מיט אים; און זײ האָבן איבערגענעכטיקט; און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט געזאָגט: שיקט מיך אַװעק צו מײַן האַר.
55 האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער: זאָל די מײדל בלײַבן בײַ אונדז אַ טעג אָדער צען, דערנאָך װעט זי גײן. 56 האָט ער צו זײ געזאָגט: האַלט מיך נישט אױף, אַז ה׳ האָט באַגליקט מײַן װעג. שיקט מיך אַװעק, און לאָמיך גײן צו מײַן האַר. 57 האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן רופֿן די מײדל, און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל. 58 האָבן זײ גערופֿן רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: װילסטו גײן מיט דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט: איך װיל גײן.
59 האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן, און איר נאַם, און אבֿרהמס קנעכט, און זײַנע מענטשן. 60 און זײ האָבן געבענטשט רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: אונדזער שװעסטער, דו זאָלסט װערן צו טױזנטער מאָל צען טױזנט, און דײַן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 61 און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך, און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען, און זײַנען געגאַנגען נאָך דעם מאַן. און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן, און איז אַװעקגעגאַנגען.
62 און יִצחָק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן באֵר-לַחַי-רוֹאי, װאָרעם ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון דָרום – 63 און יִצחָק איז אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט קעמלען קומען אָן. 64 און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן, און האָט דערזען יִצחָקן, און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל. 65 און זי האָט געזאָגט צו דעם קנעכט: װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט: דאָס איז מײַן האַר. האָט זי גענומען דעם שלײער, און האָט זיך פֿאַרדעקט.
66 און דער קנעכט האָט דערצײלט יִצחָקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט געטאָן. 67 און יִצחָק האָט זי אַרײַנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון זײַן מוטער שׂרהן. און ער האָט גענומען רבקהן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט זי ליב געהאַט. און יִצחָק האָט זיך געטרײסט נאָך זײַן מוטער.