Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 139

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.

ה׳, דו האָסט מיך אױסגעפֿאָרשט, און קענסט מיך.

2 דו װײסט מײַן זיצן און מײַן אױפֿשטײן,

פֿאַרשטײסט מײַן טראַכטונג פֿון דער װײַטן.

3 מײַן גײן און מײַן ליגן זיפּסטו דורך,

און אין אַלע מײַנע װעגן ביסטו באַהאַװנט.

4 װאָרעם דאָס װאָרט איז נאָך צו מאָל נישט אױף מײַן צונג,

װײסטו עס דאָך, ה׳, שױן אין גאַנצן.

5 הינטן און פֿאָרנט האָסטו מיך באַלעגערט,

און אַרױפֿגעטאָן אױף מיר דײַן האַנט.

6 צו װוּנדערלעך איז דאָס פֿאַר מיר צו פֿאַרשטײן,

צו הױך, איך קען עס נישט באַנעמען.

7 װוּהין זאָל איך אַװעקגײן פֿון דײַן גײַסט?

און װוּהין זאָל איך פֿון דײַן פּנים אַנטלױפֿן?

8 זאָל איך אַרױפֿגײן אין הימל, ביסטו דאָרטן,

און זאָל איך מיר אױסבעטן אין שְׁאֹול, ערשט ביסט דאָ.

9 זאָל איך נעמען די פֿליגלען פֿון באַגינען,

זאָל איך רוען אין עק פֿון ים,

10 װעט אױך דאָרטן מיך פֿירן דײַן האַנט,

און מיך װעט האַלטן דײַן רעכטע.

11 און זאָל איך זאָגן: לױטער פֿינצטערניש זאָל מיך באַדעקן,

און נאַכט זאָל דאָס ליכט פֿאַר מיר װערן,

12 איז אױך פֿינצטערניש נישט פֿינצטער פֿאַר דיר,

און נאַכט טוט אַזױ װי דער טאָג לײַכטן;

אַזױ פֿינצטערקײט אַזױ ליכטיקײט.

13 װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

14 איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

15 נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,

װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,

געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.

16 מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;

יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,

די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,

און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.

17 און װי האַרב פֿאַר מיר זײַנען דײַנע טראַכטונגען, אֵל,

װי געװאַלטיק איז זײער מיספּר!

18 זאָל איך זײ צײלן, זײַנען זײ מער פֿון זאַמד,

זאָל איך דערגײן צום סוף, דאַרף מײַן דױער זײַן װי דײַנער.

19 װען דו, אֱלוֹהַּ, װאָלסט טײטן דעם רשע!

און איר בלוטיק לײַט, טוט זיך אָפּ פֿון מיר!

20 די װאָס רעדן דיך אַרױס מיט אַ בײזער כּװנה,

דײַנע פֿײַנט װאָס דערמאָנען דיך צום פֿאַלשן.

21 פֿאַר װאָר, דײַנע פֿײַנט, ה׳, האָב איך פֿײַנט,

און מיט דײַנע קעגנשטײער טו איך קריגן.

22 פֿײַנט ביז גאָר האָב איך זײ פֿײַנט,

שָׂונאים זײַנען זײ בײַ מיר.

23 פֿאָרש מיך, אֵל, און דערקען מײַן האַרץ,

פּרוּװ מיך, און װײס מײַנע געדאַנקען;

24 און זע אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרדראָסיקער װעג,

און פֿיר מיך אין דעם אײביקן װעג.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.