Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 62

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 נאָר צו אלֹקים טוט האַרן מײַן זעל,

פֿון אים איז מײַן הילף.

3 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן שטאַרק.

4 ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן?

איר אַלע טוט הרגען

װי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע,

װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע.

5 רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן;

זײ האָבן הנאה פֿון ליגן;

מיט זײער מױל בענטשן זײ,

און אין זיך שילטן זײ.

סֶלָה.

6 נאָר צו אלֹקים, טו האַרן, מײַן זעל,

װאָרעם פֿון אים איז מײַן האָפֿונג.

7 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.

8 בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;

דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.

9 פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק,

גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ;

אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג.

סֶלָה.

10 בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער,

אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט;

װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן,

זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך.

11 איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף רױב,

און נישט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך.

אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט,

זאָלט איר נישט לײגן קײן אַכט.

12 אײן מאָל האָט אלֹקים גערעדט,

צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט,

אַז שטאַרקײט איז בײַ אלֹקים.

13 און בײַ דיר, אָ אֲדֹנָי, איז גענאָד,

װאָרעם דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.

Veja também