Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 86

1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן.

נײַג צו, ה׳, דײַן אױער, ענטפֿער מיר,

װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך.

2 באַהיט מײַן זעל װאָרעם איך בין פֿרום,

העלף, דו מײַן ג-ט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.

3 לײַטזעליק מיך, אֲדֹנָי,

װאָרעם צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג.

4 דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט,

װאָרעם צו דיר, אֲדֹנָי, הײב איך אױף מײַן נפֿש.

5 װאָרעם דו, אֲדֹנָי, ביסט גוט און פֿאַרגעביק,

און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.

6 פֿאַרנעם, ה׳, מײַן תּפֿילה,

און האָרך צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.

7 אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך,

װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן.

8 נישטאָ אַזאַ װי דו, אֲדֹנָי, צװישן די ג-טער,

און נישטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים.

9 אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט,

װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, אֲדֹנָי,

און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.

10 װאָרעם גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער,

דו אלֹקים אַלײן.

11 לערן מיך, ה׳, דײַן װעג,

איך זאָל גײן אין דײַן אמת,

אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען.

12 איך װעל דיך לױבן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק.

13 װאָרעם גרױס איז דײַן חֶסֶד צו מיר,

און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער שְׁאֹול.

14 אלֹקים, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר,

און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן,

און זײ האַלט דיך נישט אַנטקעגן זיך.

15 אָבער דו, אֲדֹנָי, ביסט אַ דערבאַרעמדיקער און לײַטזעליקער אֵל,

אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.

16 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,

גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט,

און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט.

17 מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן,

און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן,

אַז דו ה׳ האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.

Veja também