Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 73

1 אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

פֿאַר װאָר, אלֹקים איז גוט צו יִשׂרָאֵל,

צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ.

2 און איך מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט,

שיִער זיך נישט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט.

3 װאָרעם איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע,

אַז דאָס גליק פֿון די רשעים פֿלעג איך זען.

4 װאָרעם זײ האָבן נישט קײן יסורים,

און זײער לײַב איז געזונט.

5 די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ נישט,

און זײ װערן נישט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן.

6 דערום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד,

װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט.

7 פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן,

די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער.

8 זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב,

פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ.

9 זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל,

און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד.

10 דערום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו,

װאָרעם װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ.

11 און זײ זאָגן: װי קען אֵל װיסן?

און: איז דען דאָ װיסן בײַם עליון אױבערשטער?

12 זע, דאָס זײַנען די רשעים,

און אײביק בשלװה, מערן זײ גוטס.

13 בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ,

און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;

14 װאָרעם איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג,

און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף.

15 אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ,

װאָלט איך דאָך אָן דעם דור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט.

16 אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן,

איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן.

17 ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון אֵל:

האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סוף.

18 פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ,

װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג.

19 װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע!

זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן.

20 װי אַ חלום אַז מע כאַפּט זיך אױף,

אַזױ, אֲדֹנָי, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד.

21 יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט,

און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;

22 װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג נישט װיסן;

װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.

23 אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר,

דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט.

24 מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן,

און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.

25 װעמען נאָך האָב איך אין הימל?

און צו דיר באַגער איך נישט קײנעם אױף דער ערד.

26 מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס,

דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.

27 װאָרעם, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן,

דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר פֿאַר הורדום.

28 אָבער איך די נאָנטקײט פֿון אלֹקים איז מײַן גוטס,

איך האָב געמאַכט אין אֲדֹנָי ה׳ מײַן באַשיצונג,

כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.

Veja também