Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 138

1 פֿון דָוִדן.

איך װעל דיך לױבן מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

פֿאַר די מאַכטיקע װעל איך דיך באַזינגען.

2 איך װעל זיך בוקן צו דײַן הײליקן הֵיכל,

און איך װעל לױבן דײַן נאָמען,

פֿאַר דײַן חֶסֶד און פֿאַר דײַן טרײַשאַפֿט;

װאָרעם איבער אַל דײַן נאָמען

האָסטו געגרײסט דײַן צוזאָג.

3 אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט,

האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל.

4 לױבן װעלן דיך, ה׳, אַלע מלכים פֿון דער ערד,

װאָרעם זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דײַן מױל.

5 און זײ װעלן זינגען פֿון די װעגן פֿון ה׳,

װאָרעם גרױס איז דער כּבֿוד פֿון ה׳.

6 כאָטש ה׳ איז דערהײכט, דאָך זעט ער אָן דעם נידעריקן,

אָבער דעם שטאָלצן קען ער פֿון װײַטן.

7 אַז איך גײ אין דער מיט פֿון נױט,

לעבסטו מיך אױף;

צו להכעיס מײַנע פֿײַנט שטרעקסטו אױס דײַן האַנט,

און דײַן רעכטע האַנט העלפֿט מיך.

8 ה׳ פֿירט אױס פֿאַר מיר;

ה׳, דײַן חֶסֶד איז אױף אײביק;

די װערק פֿון דײַנע הענט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן.

Veja também