1 פֿון דָוִדן.
זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער,
זאָלסט נישט מקנא זײַן די װאָס טוען אומרעכט.
2 װאָרעם גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן,
און װי גרינע קרײַטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.
3 פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס,
זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
4 און קװיק זיך מיט ה׳,
און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.
5 פֿאַרלאָז אױף ה׳ דײַן װעג,
און פֿאַרזיכער זיך אױף אים, און ער װעט טאָן.
6 און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט דײַן גערעכטיקײט,
און דײַן משפּט װי דער מיטן טאָג.
7 האַר צו ה׳, און האָף צו אים,
זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג,
װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
8 לאָז אָפּ פֿון כּעס, און פֿאַרלאָז גרימצאָרן;
זאָלסט זיך נישט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן.
9 װאָרעם די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן,
און די װאָס האָפֿן צו ה׳, זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.
10 און נאָך אַ קלײן װײַלע, און דער רשע װעט נישט זײַן,
און װעסט זיך אומקוקן אױף זײַן אָרט, און ער איז נישטאָ.
11 אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.
12 דער רשע טראַכט בײז קעגן צדיק,
און ער קריצט אױף אים זײַנע צײן.
13 אֲדֹנָי לאַכט פֿון אים,
װאָרעם ער זעט אַז זײַן טאָג װעט קומען.
14 די רשעים ציִען אַרױס די שװערד,
און שפּאַנען זײער בױגן,
צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גלײַך.
15 װעט זײער שװערד אַרײַן אין זײער האַרצן,
און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.
16 בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק,
אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשעים.
17 װאָרעם די אָרעמס פֿון די רשעים װעלן צעבראָכן װערן,
אָבער די צדיקים לענט אונטער ה׳.
18 ה׳ מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע,
און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק.
19 זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז,
און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.
20 װאָרעם די רשעים װעלן אונטערגײן,
און די פֿײַנט פֿון ה׳
אַזױ װי קעסטלעכע פֿעטע שאָף;
זײ פֿאַרגײען, אין רױך פֿאַרגײען זײ.
21 דער רשע לײַט און באַצאָלט נישט,
און דער צדיק לײַטזעליקט און גיט.
22 װאָרעם זײַנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד,
און זײַנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.
23 פֿון ה׳ װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן,
און ער באַװיליקט זײַן װעג.
24 אַז ער פֿאַלט, בלײַבט ער נישט ליגן,
װאָרעם ה׳ לענט אונטער זײַן האַנט.
25 איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,
און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,
און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
26 אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט,
און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.
27 קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס,
און בלײַב רוען אױף אײביק.
28 װאָרעם ה׳ האָט ליב גערעכטיקײט,
און פֿאַרלאָזט נישט זײַנע פֿרומע;
אײביק װערן זײ אָפּגעהיט,
אָבער דער זאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.
29 די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.
30 דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה,
און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט.
31 די תּורה פֿון זײַן ג-ט איז אין זײַן האַרצן,
זײַנע טריט גליטשן זיך נישט אױס.
32 דער רשע קוקט אױס אױפֿן צדיק,
און זוכט אים צו טײטן.
33 ה׳ װעט אים נישט איבערלאָזן אין זײַן האַנט,
און נישט לאָזן אים שולדיק מאַכן, אַז ער װערט געמשפּט.
34 האָף צו ה׳, און היט זײַן װעג,
און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד;
װעסט צוזען װי די רשעים װערן פֿאַרשניטן.
35 איך האָב געזען דעם רשע מאַכטיק,
און צעשפּרײט װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;
36 אָבער מע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען,
ערשט ער איז נישטאָ,
און איך האָב אים געזוכט,
און ער איז נישט געװען צו געפֿינען.
37 באַטראַכט דעם אומשולדיקן, און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן,
אַז דער סוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער.
38 און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם,
דער סוף פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.
39 אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳,
זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
40 און ה׳ שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען,
ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשעים, און העלפֿט זײ,
װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.