Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 51

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן, 2 װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.

3 לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לױט דײַן חֶסֶד,

לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן.

4 װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד,

און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן.

5 װאָרעם איך װײס מײַנע פֿאַרברעכן,

און מײַן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן.

6 צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט,

און װאָס איז שלעכט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן;

דערום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין דײַן רעדן,

ביסטו גערעכט אין דײַן משפּטן.

7 זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן,

און אין חטא האָט מיך מײַנע מוטער פֿאַרשװענגערן.

8 אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן,

טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.

9 זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזוֹבֿ-גראָז,

אַז איך זאָל רײן װערן,

זאָלסט מיך װאַשן,

ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.

10 זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;

זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.

11 פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים,

און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.

12 אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים,

און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.

13 זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר,

און דײַן רוּחַ הקדש זאָלסטו נישט אַװעקנעמען פֿון מיר.

14 קער מיר אום די פֿרײד פֿון דײַן הילף,

און אַ פֿרײַ גײַסט זאָלסטו מיר שענקען.

15 איך װעל לערנען פֿאַרברעכער דײַנע װעגן,

און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר.

16 זײַ מיך מציל פֿון בלוטיקײט,

אלֹקים, דו אלֹקים פֿון מײַן הילף;

זאָל מײַן צונג זינגען דײַן גערעכטיקײט.

17 אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען,

און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.

18 װאָרעם באַגערסט נישט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן,

אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו נישט.

19 די שלאַכטאָפּפֿער פֿון אלֹקים זײַנען אַ צעבראָכן גײַסט,

אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ, אלֹקים, פֿאַראַכטסטו נישט.

20 באַגיטיק אין דײַן באַװיליקונג צִיוֹן,

בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושָלַיִם.

21 דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט,

בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער;

דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף דײַן מזבח.

Veja também