Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 34

1 פֿון דָוִדן; װען ער האָט געביטן זײַן שׂכל פֿאַר אַבֿימֶלֶכן, און ער האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער איז אַװעק.

2 איך בענטש ה׳ אין יעטװעדער צײַט,

תּמיד איז זײַן לױב אין מײַן מױל.

3 מיט ה׳ רימט זיך מײַן זעל;

די געדריקטע װעלן הערן און זיך פֿרײען.

4 גרײסט ה׳ מיט מיר,

און לאָמיר דערהײבן זײַן נאָמען אין אײנעם.

5 איך האָב געזוכט ה׳, און ער האָט מיר געענטפֿערט,

און פֿון אַלע מײַנע שרעקענישן האָט ער מיך מציל געװען.

6 זײ האָבן געקוקט צו אים, און האָבן אױפֿגעלוכטן,

און זײערע פּנימער װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן.

7 אָט האָט אַן אָרעמאַן גערופֿן, און ה׳ האָט צוגעהערט,

און פֿון אַלע זײַנע צרות אים געהאָלפֿן.

8 דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער,

און ער טוט זײ דערלײזן.

9 באַטראַכט און זעט אַז ה׳ איז גוט;

װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים.

10 פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע,

װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.

11 יונגלײבן דאַרן און הונגערן,

אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.

12 קומט, קינדער, הערט מיר צו,

מורא פֿאַר ה׳ װעל איך אײַך לערנען.

13 װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן,

װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס,

14 היט דײַן צונג פֿון שלעכטס,

און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.

15 קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס,

זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים.

16 די אױגן פֿון ה׳ זײַנען אױף די צדיקים,

און זײַנע אױערן אױף זײער געשרײ.

17 דער פּנים פֿון ה׳ איז קעגן די שלעכטסטוער.

צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.

18 זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט,

און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.

19 ה׳ איז נאָנט צו די צעבראָכענע הערצער,

און די דערשלאָגענע געמיטער טוט ער העלפֿן.

20 פֿיל זײַנען די אומגליקן פֿון צדיק,

אָבער פֿון זײ אַלע װעט אים מציל זײַן ה׳.

21 ער היט אָפּ אַלע זײַנע בײנער,

נישט אַן אײנציקער פֿון זײ װערט צעבראָכן.

22 דעם רשע װעט טײטן דאָס בײז,

און די שָׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן.

23 ה׳ לײזט אױס די זעל פֿון זײַנע קנעכט,

און נישט פֿאַרװיסט װערן װעלן אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.